האד' מסקאליע באזוכט אין מחנה סקווירא און אין נייעם קרית סקווירא אין סוואן לעיק
- לפני 13 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק און דערנאך באזוכט אין די דערנעבנדיגע נייע סקווירא שטעטל 'קרית סקווירא' אין די קעטסקיללס.
אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת המחנה האט דער רבי שליט"א געפראוועט א 'סעודת מלוה מלכה' אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון בארא פארק און וויליאמסבורג.
אנקומענדיג אין קעמפ האבן די בחורים אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה און דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה. דאן האט דער מנהל הישיבה פון בארא פארק הרה"ג ר' ישראל גרינבוים שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט פאסיגע דברי הערכה און דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט סיפורי קודש און דברי הדרכה לימי הבחרות. צום שלוס זענען אלע בחורים אריבער ביים רבי'ן מקבל זיין ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו די דערנעבענדיגע נייע סקווירא שטעטל 'קרית סקווירא', ווי דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך דער בונה ומקים הקריה הרה"ח ר' משה פריעזל הי"ו, וועלכע האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן, אין די ביהמ"ד הגדול, די מקוה און די נייע תלמוד תורה וואס איז געבויעט געווארן מיט א בליץ שנעלקייט פון בלויז געציילטע וואכן.
דורכאויס די באזוך האט דער רבי אויסגעדרוקט זיין התפעלות זעענדיג פונדערנאנט די בליה און וואוקס פונעם נייעם שטעטל און האט איבערגעלאזט ווארימע ברכת קדשו פארן ענערגישן בונה ומקים ר' משה הי"ו אז חפץ ה' בידו יצליח און פארשפראכן איבערצוגעבן א ווארימע גריס פאר'ן מייסד הקריה מחותנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
















