top of page
נועדו יחדיו: באזוכן ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צום נייעם יאר
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש נעכטן אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך צום שוואגער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לברך ולהתברך בברכת השנים. ביים באזוך איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע זכרונות הוד קדומים, ספעציעל פון יענעם ראש השנה וואס הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע האט מכבד געווען זיין אייניקל, דער בעלזער רב שליט"א, אלס יונגערמאן צו דינען אלס בעל תוקע אום יום טוב ראש השנה. די רבי'ס האבן געטרונקען


מחזה הוד אין קרית בעלזא: כוללות קוויטל פאר קרוב צו 5,000 תלמידי ישיבות גדולות צום נייעם יאר
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א מחזה הוד האט זיך אפגעשטילט אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה אין קרית בעלזא ירושלים, וואס איז צום דריטע וואך אין א ציה פארפלייצט געווארן מיט טויזנטער בחורי חמד פון די בעלזער ישיבות גדולות אין ארץ ישראל, וועלע האבן זיך צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף די יערליכע כוללות קוויטל, האבנדיג די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, דאס קומט נאך ד


מוֹחֵל עֲווֹנוֹת עַמּוֹ • א' סליחות בחצר הקודש בעלזא
ערב ראש השנה תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


הודו לה': כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אומבאשרייבליכע שמחה האבן בעלזער חסידים היינט ערהאלטן די פריידיגע נייעס אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ב"ה אהיימגעקומען נאכן זיין שפיטאליזירט זינט אנהייב וואך בעת גאנץ כלל ישראל און בפרט חסידי בעלזא בכל מקום שהם האבן מתפלל געווען לרפואתו השלימה. נאכן עטוואס צוריק קומען צו די כוחות האבן די דאקטוירים באשלאסן צו באפרייען דעם רב שליט"א פון שפיטאל, צו קענען זיך ערהוילן בביתו נאווה קודש, און עס איז צום האפן אז דער רב ש


לעצטע אנטוויקלונגען פון הדסה שפיטאל אנבאלאנגט מצב הבריאות ביי האדמור"ים מבעלזא און וויזניץ
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש עיני כל בית ישראל נשואות צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים וואו די גדולי האדמו״רים, כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א און מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א, זענען שפיטאליזירט די לעצטע טעג מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות אין זייער מצב הבריאות. היינט דורכאויס דעם טאג איז מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א ווידער אריינגעפארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס דער רבי שליט״א איז אומגעפאלן במעון קדשו אין מושב אורה. נאכ׳ן אונטערזוכן דעם רבי׳ן האבן די דאקטוירים באשטימט אז


דראמאטישע טויש אין בעלזא: טויזנטער בחורי הישיבות וועלן דאווענען ראש השנה אינעם ״גרויסן שטוב״
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישע בשורה איז נעכטן איבערגעגעבן געווארן פאר די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא, סיי ישיבות קטנות און סיי ישיבות גדולות, ביי א דרשה וואס הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, האט איבערגעגעבן פאר די בחורים, נאכ'ן אמירת סליחות אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא. די שרעקליכע געדרענג וואס איז געשאפן געווארן די לעצטערע יארן אינעם בית המדרש הגדול אין די ימים הנוראים, ווען דער היכל איז


בברכת האד' מבעלזא: הרב אליקים שטארק וועט איבערנעמען אמט אלס חבר הכנסת מטעם ק"ק בעלזא
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש נאך צענדליגער יארן כולם שווים לטובה וואס דער לאנגיעריגער שלוחא דרבנן העסקן הרב ישראל אייכלער הי"ו האט עוסק געווען בצרכי ציבור באמונה אלס חבר הכנסת און פארשטייער מטעם ק"ק בעלזא אין די יהדות התורה פארטיי, וועט ער אצינד, זיך גרייטנדיג צו די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל, איבערגעבן זיין תפקיד פאר העסקן הרב אליקים שטארק וואס איז ערווארטעט איבערצונעמען דעם אמט מיטן ציל אריינצוברענגען יונגערע פרישע ענערגיע אין די מחזיקי הדת באווע


דראמאטישע מאמענטן ביי סליחות הראשונות אין בעלזא נאך וואס האד' מבעלזא ווערט אפגעפירט אין שפיטאל
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער בעלזער חסידים וואס האבן זיך היינט פארזאמלט אינעם בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא ירושלים צו די אמירת סליחות הראשונות, זענען איבערראשט געווארן מיט באדויער, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז נישט אריינגעקומען צו סליחות נאכדעם וואס דער רב האט געדארפט אריינגענומען ווערן אין שפיטאל. שוין פון זעקס אזייגער אינדערפרי, באשמורת הבוקר, האבן טויזנטער חסידים געווארט אז דער רב שליט"א זאל אריינקומען אין היכל. אבער די סליחות איז כסדר א


עקסטאזליכע חגיגת הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר והמפואר תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שלום שווארץ, JDN מיט אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז איז פארלאפענעם מאנטאג געפייערט געווארן דער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי, במקהלות הונדערטער חסידי בעלזא פון אמעריקא, בראשות דער אורח הדגול הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן בשליחות הקודש צו באשיינען דעם גרויסן מ


להיזכר לטובה: מעמד כוללות קוויטל פאר טויזנטער תלמידי ישיבות קטנות דחסידי בעלזא
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש טויזנטער תלמידי הישיבות קטנות דחסידי בעלזא פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך דעם מיטוואך אוונט צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף די יערליכע מעמד 'כוללות קוויטל', ווי די בחורי חמד האבן געהאט די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א להפקד בדבר ישועה ורחמים. יאר יערליך קומט פאר די מעמד הכוללות קוויטל פאר אלע תלמידי הישיבות אינא


למען הסדר הטוב: האד' מבעלזא וועט דאווענען אויף נייע פלאטפארמע ביים ארון הקודש דורכאויס די ימים הנוראים
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג סמוך ונראה צו די ימי הרחמים והסליחות און די ירח האיתנים הממשמשים ובאים, איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, היינט פארמיטאג אריבער אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא און זיך אומגעקוקט פונדערנאנט אויף די אלע נייע אראנזשירונגען און פלענער לקראת די הייליגע טעג, באגלייט דורך די געטרייע עסקנים און הנהלת ביהמ"ד הגדול אין שפיץ פון העסקן הרה"ח ר' ירמי' דאמען הי"ו. ספעציעל האט ע


צדקתם תצהי"ר: האד' מבעלזא זאגט מיט סליחות כמנהג בני עדות המזרח מיט הונדערטער בעלי תשובה פון ארגון "צהר"
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, דוד אזרנידוד ארזני אין א זעלטענע שריט איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א מעמד סליחות רבתי אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויס מגדרו און מיטגעזאגט דעם סדר אמירת סליחות לויט'ן נוסח העתיק פון בני עדות המזרח, אינאיינעם מיט הונדערטער בעלי תשובה פון די וועלט בארימטע מוסדות התשובה דחסידי בעלזא "צהר". די ארגון "צהר" איז נתייסד געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער


בְּכוֹר בָּנֶיךָ תִּפְדֶּה • שמחת פדיון הבן פון אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט גרויס התרגשות און שמחה של מצווה האבן אלפי חסידי בעלזא נעכטן במוצאי יום גילה מיטגעלעבט דעם פרייליכן שמחת פדיון הבן אשר לאו בכל יומא אתרחיש, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית מלך רב קרית בעלזא ירושלים. דער רך הנפדה איז היניק משה יהושע בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. לקול תרועת הזמר ברוב שמחה וצה


הוּא יִגְמָלְךָ כָּל טוּב: האד' מבעלזא בענטשט גומל א יאר נאכן אפעראציע
מוצאי שב"ק פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשות'דיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת ביים ליינען בחצר הקודש בעלזא, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט גומל געבענטשט בשם ומלכות שטייענדיג גענוי א יאר פון די אפעראציע וואס דער רב שליט"א איז אריבער חודש אלול תשפ"ה. דער רב שליט"א איז אריבער די אפעראציע ממש נאנט צו די ימי הרחמים והסליחות, און עס איז נישט געווען קלאר וויפיל מען וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן דורכאויס די ירח האיתנים, בחסדי שמים האט זיך דער רב שליט"א למעשה ע


תקנה קבועה אין בעלזא: נשות החסידות וועלן ביי הדלקת נרות שבת צינדן ליכט לזכותם פון פארוווארפענע נשמות
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק א זעלטנער און רירנדער כינוס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, פאררופן בהורמנא דמלכא פונעם רב שליט"א, בהשתתפות די גדולי דייני ורבני ק"ק בעלזא און הנהלת מוסדות התשובה 'צוהר - תורה ואמונה', ביי וועלכן עס איז אויסגערופן געווארן א באדייטנדע תקנה קבועה בפקודת הקודש, פאר אלע נשות חסידי בעלזא ביים צינדן די נרות שבת קודש, צו מוסיף זיין אן עקסטערע ליכט געווידמעט לזכותם פו


רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא לקראת די ימי הרחמים והרצון
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ביים יערליכן מעמד 'כוללות קוויטל' וואו די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א לקראת די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום. אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן זיך אנגעהויבן צוזאמצונע


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באזוכט אין בית השחיטה המהודרת אונטער השגחה פון כשרות בד"ץ מחזיקי הדת
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, אפגעשטאט א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון די מהודר'דיגע כשרות בד"ץ מחזיקי הדת, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. אנקומענדיג אינעם שעכט הויז איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אויפגענומען געווארן דורך די הנהלה און ראשי מערכת הכשרות און במשך א לענגערע צייט האט ער זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען אינעם בית השחיטה אין באגלייטונג פון ד


מבואו ועד צאתו: הילולא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע כ"א אב בצל הקודש פון האד' מבעלזא | ברייטע דעקונג
זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש. א גרויס התעוררות האט געהערשט אין די טעג פון דער יומא דהילולא קדישא כ"א אב פון דעם קדוש ישראל ותפארתו הרה"ק מבעלזא זי"ע, וואו טויזנטער אידן האבן אוסיגענוצט דעם גרויסן טאג זיך משתטח צו זיין על ציונו הק' במרומי הר המנוחות, און זיך מתוועד געווען ביי די סעודות הילולא וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין צענדליגע מקומות בארבע כנפות הארץ. ובמיוחד האבן טויזנטער חסידי בעלזא געפראוועט דעם יומא אריכתא בצילא ד


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער און גאר זעלטענער באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים, ווען מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגער בין הזמנים טעג אין ירושלים אויף אפרוה, איז געקומען באזוכן דעם רב שליט"א, נאכדעם וואס די צוויי גדולי ישראל קרבניטי היהדות החרדית האבן קיינמאל פריער נישט באזוכט איינער דעם אנדערן. במשך דער באזוך וואס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג אין די אי


נחמו עמי: פרייליכע שמחת ברית מילה בחצר הקודש בעלזא
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש נחמו נחמו עמי, האבן בעלזא מיטגעהאלטן א פרישע שמחה אינעם רבינס הויף שטייענדיג נאך די ימי בין המצרים, ביים שמחת הברית מילה פארן בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דאס קינד איז געבוירן געווארן אין טאג פון תשעה באב און פאריגן דאנערשטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא. מיטוואך אויפד


bottom of page
