top of page
תעלץ קריה: פרייליכע חתונה פון נכד האד' מצאנז זוועהיל פארגעקומען אין קרית צאנז נתני'
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א פרייליכע און געהויבענע שמחה איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען אין קרית מלך רב קרית צאנז נתניה, ביים שמחת החתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. די גרויסארטיגע שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסע היכל ראזענבערג אין קרית צאנז, במקהלות הונדערטער חסידי צאנז וואס האבן זיך מיטגעפרייט אינאיינעם בשמחת בית צדיקים, ווען בראש המסובים האט


עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה: האד' מדושינסקיא רעכט אפ תיקון חצות אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN אנגעהויבן פון פארגאנגענעם דאנערשטאג, שבעה עשר בתמוז, אריינטרעטנדיג אין די ימי בין המצרים, ווען כלל ישראל טרויערט און איז מקונן איז אויפ'ן חורבן בית מקדשנו ותפארתנו, טוט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אפרעכטן יעדן טאג תיקון חצות בחצות היום, אינאיינעם מיט הונדערטער תלמידי הישיבה הגדולה דושינסקיא אין ירושלים. דער רבי שליט"א זיצט במשך אמירת תיקון חצות אויף דער ערד אינאיינעם מיט די בחורים, כמסורת אבו


האד' מוויזניץ בית שמש וועט וויילן אויף אפרוה אין עמנואל; ערשטע רבישע שבת אין נייעם חסידישן ישוב
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און ענטוזיאזם האבן די איינוואוינער פונעם נייעם חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל אויפגענומען די פריידיגע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א האט אויסגעקליבן דעם אויפבליענדן ישוב צווישן די שומרון בערג דארט צו וויילן למנוחת נפשו, זיך אפצרוהן פון די עבודת הקודש און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות לקראת די ירח האיתנים. יאר יערליך פלעגט דער רבי שליט"א וויילן אין די זומער וואכן אויף אפרוה אין קביעות'דיגע קור ערטער


שיינעם באזוך פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין נייע קרית סקווירא אין בעטהעל ניו יארק
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט פאריגן שבת פ' חקת בלק געוויילט אין קרית וויזניץ קייאמישא איז מוצאי שבת אריינגעפארן צום ניי-געגרינדעטן ישוב "קרית סקווירא" אין בעטהעל וואס געפונט זיך בשכינות, צו זען פונדערנאנט דעם נייעם שטעטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך זיין גרויסן פעטער, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איז שוין באזעצט מיט צענדליגע משפחות חסידי סקווירא. ביים אריינפארן אינעם נייעם ישוב, הא


ירושלים: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ זצוק"ל ביי נכדו מ"מ האד' מקאפיטשניץ
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN פארלאפענע וואך ט"ז תמוז איז אויסגעפאלן די 51'סטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מקאפיטשניץ זי"ע. דינסטאג נאכט, בליל ההילולא קדישא, האט נכדו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא רבתי וסיום הש"ס אין קאפיטשניצער בית המדרש אין דער עזרת תורה געגנט אין ירושלים. אויפצומארגנס מיטוואך איז דער רבי ארויסגעפארן קיין עיר הקודש טבריה, שם חלקת מחוקק ספון


בני ברק: שמחת החתונה פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א
פרייטאג פ' פינחס • י"ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה ווייס שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א , די כלה א טאכטער פון זיין זון הרב אליעזר בערגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל דוד ראזענפעלד זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר ממפינסק קארלין זצ"ל בעל ארחות אהרן, מיט די חתן א זון פון הרב בנציון פישגרונד שליט"א משגיח ישיבת עץ חיים דבאבוב, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאל פון ארמונות פרידמאן אין בני ברק.


גרויסער מעמד תפילת רבים וועט פארקומען דעם ליל שישי הבעל"ט ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
פרייטאג פ' פינחס • י"ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש וויזניץ הערשט א גרויסע התעוררות זיך גרייטנדיג צו א געמיינזאמע מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי, לרפואתו השלימה פונעם מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר, וואס איז פאררופן געווארן דורך דעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א פאר כל קהלא קדישא, עדת חסידי וויזניץ זקנים עם נערים. די תפילת רבים וועט פארקומען קומענדיגן ליל שישי פרשת מטות־מסעי, אום 10:30 ביינאכט, ביים שריד בית מקדשנו –


ביקור נימוסין פון האד' ממודזיץ ביי מחותנו האד' מסקווירא נאך שמחת קישור החיתון בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א דעם רבינס פרישער מחותן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וואס איז געווען צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת דער קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ. דער רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון עטליכע קינדער דאראונטער זיין איידעם הרה"צ רבי יוסף שיף שליט"א מליזענסק וואס איז נישט לאנג צוריק געקומען בקשרי שידוכים מיטן סקווערער רבי'ן שליט"א און זיין איידעם דער זוועהילער רבי פון אמעריקא. דער סקוו


הערליכע הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד קארלין לעלוב אין בני ברק לז"נ כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט גרויס התרגשות און שמחת התורה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אפגעראכטן געווארן די חגיגה נהדרה הכנסת ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן לזכר נשמתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, בעל "קדושת שמואל צבי", שטייענדיג איבער זעכצן יאר נאך זיין הסתלקות לשמי מרום בשנת תש"ע. די שמחה לגומרה של תורה איז געווען א געלעגנהייט מעלה צו זיין זכרו הבהיר של אותו צדיק וואס איז געווען נערץ ונקדש מיט זיין אויסטערלישע ק


האד' מבאבוב־45 באזוכט אין די מוסדות החינוך איידערן ארויספארן אין די קאנטרי | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י אין די לעצטע טעג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א באזוכט די מוסדות החינוך דחסידי באבוב 45, וואו דער רבי האט איבערגעגעבן פייערדיגע שיחות חיזוק און דברי פרידה פאר די תלמידים לקראת זייער ארויספארן צום קאנטרי אויף די זומער־חדשים. צוערשט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידי המתיבתא, איידער זיי זענען ארויסגעפארן צום מחנה מתיבתא אין פארקסוויל אויף די זומער וואכן. דער רבי האט זיי מחזק געווען


ק"ק סאטמאר בני ברק מיטגעלעבט שיינע באזוך פון הגה”צ אבד"ק ישמח משה קרית יואל שליט"א חדב"ן האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.אייזנבאך און ח.מ. ראזנער תלמידי וחסידי סאטמאר אין תושבי שיכון קרית יואל, סאטמאר און בני ברק, האבן פארלאפענע וואך געפייערט א חגיגת הכנסת ספר תורה, וועלכע איז געשריבן געווארן באנענזאם די גאנצע קהילה לטובת נשמתם פון די צדיקי עצי התמרים מייסדי המוסדות והקהילה, הרה"ק מסאטמאר זכותו יגן עלינו און הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זכותו יגן עלינו, און איז אריינגעגעבן געווארן צום צענטראלן בית המדרש הגדול אין שיכון סאטמאר, במע


הנחת תפילין פון ערשטע אייניקל ביי האד' מראחמיסטריווקא; הכנות צום היסטארישן שמחת הבר מצוה אין פולן שוואונג
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א פרייליכער און היסטארישער טאג איז געווען דעם דינסטאג בחצה"ק ראחמיסטריווקא אין ירושלים, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הנחת תפילין פונעם ערשטן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הבחור הבר מצוה כמר ישראל מרדכי ני"ו זון פונעם רבינס עלטסטער איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א זון פון הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא. די היסטארישע דערלעבונג פון המשכת שלשלת הקודש ווען עס


הילולא קדישא בחצ"ק קרעטשניף געפראוועט בשילוב מיט שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביים רבי'ן
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם דינסטאג ט"ו תמוז איז אפגעצייכנט געווארן די הילולא קדישא פון הרה"ק המפורסם פועל ישועות בקרב הארץ רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע, דער מופת הדור וואס איז געווען נערץ ונקדש אין אלע קרייזן, און אומעטום האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, בפרט בצילם פון די קינדער און אייניקלעך האדמורי"ם שליט"א, ובמיוחד איז די הילולא קדישא פארביי מיט רגשי עילאה אינעם אתרא דמר בצל בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מק


מעיינותך חוצה: הילכיגע קול תורה דורך חסידי וויזניץ תחת כפית הרקיע דעמאנסטרירט זעקת התורה קעגן ביטערע גזירת הגיוס
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער אין א פרישן שטאפל ארויף אינעם אש קודש וואס נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל תובע צו זיין עלבונה של תורה און מוחה זיין קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, איז מיט א געוואלדיגע הצלחה נעכטן אפגעהאלטן געווארן די אייגנארטיגע עצרת "זעקת התורה" אפגעהאלטן דורך ק"ק וויזניץ עפ"י פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דער עצרת מחאה איז אפגעהאלטן געווארן אויף א מערקווירדיגע פארמאט, ווען הונדערטער חסידים


בחסדי שמים: האד' מסטאניסלאוו באפרייט געווארן פון שפיטאל; וועט זיך ווייטער ערהוילונג אינדערהיים
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סטאניסלאוו האבן אפגעאטעמט נאכן ערהאלטן די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, על ישראל הדרתו אין מאנסי, איז באפרייט געווארן פון שפיטאל, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דינסטאג איבערן טאג צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער רבי שליט"א האט אין די לעצטע טעג געליטן פון גאר שטארקע יסורים און שווערע ווייטאגן אין קאפ. נאכן דורכגיין פארשידענע אונטערזוכונגען אין שפיטאל האבן די דאקטוירים אנטדעקט אן אינפעקציע, וועלכע האט


שמחת החתונה בחצרות מאקאווא אלעד - צאנז שיכון ג' - לעלוב הר יונה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"צ ר' אהרן קאפף שליט"א ראש ישיבת נועם התורה, זון פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יעקב אלי' האראנטשיק שליט"א אדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם מתתיהו לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא אלעד, איידעם ביי הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג', די שמחה איז פארגעקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק.


קרית יטב לב: האלב מיליאן דאלאר נדבה פאר'ן נייעם ארון הקודש פראקלאמירט ביי שבע ברכות בבית הנגיד ר' הערשל שטערן
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט די וואך באשיינט א שמחת שבע ברכות אין קרית יטב לב, פאר א זוהן פון הרבני הנגיד ר׳ הערשל שטערן הי"ו מבוני ופטרוני העיר, וואו ער געמאלדן איבער א פאנטאסטישע ביישטייערונג פון א האלבע מיליאן דאלאר לטובת דעם נייעם ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אין קרית יטב לב. די שמחה איז פארגעקומען מאנטאג נאכט אין די זאלן פון עטרת פעסיל לאה, בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז ספעציעל


טויזנטער אידן האבן באגלייט למנוחות דעם צדיק רבי עמוס גואטה זצ"ל הי"ד ביי לוויה אין נתני'
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שווערע געמיטער האבן טויזענטע אידן היינט באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק רבי עמוס גואטה זצ"ל, ראש ישיבת "רבי יצחק חי טייב" לבני עדת הספרדים און רב פון די ליביער געמיינדע וועלכע איז היינט אינדערפרי דערשטאכן צום טויט אין זיין ישיבה אין נתני'. די לויה איז ארויס פון די לניאדו שפיטאל אויפן וועג צו זיין בית המדרש אויף רחוב בר יוחאי אין נתני' וואו מאסן תלמידים האבן אפגעווארט די מיטה. פון דארט האט די לויה ממשיך געווען דעם לאנ


פלייץ פון שמחה וחדוה ביי אלכסנדר חסידים צום מעמד הנחת אבן הפינה פארן מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי אלכנסדר ציילן שוין די טעג צו די היסטארישע און זעלטענע מעמד חגיגת הנחת אבן הפינה, פאר די נייע פראכטפולע מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר, וואס ווערט געבויעט מיט פיל פראכט אין צענטער פון שטאט בני ברק, ביים אחיעזר גאס. מיט איבער א האלבע יאר צוריק האט מען אנגעהויבן די פאקטישע ארבעט אנצוגרייטן דעם באדן פונעם אלטן ביהמ"ד פאר די בוי פראיעקט, און דורכאויס די לעצטע פאר חדשים נאכן צעווארפן דעם ביהמ"ד, סותר על מנת לבנות, האט מען ארויסגע


רבבות אידן האבן פוקד געווען ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע אין טעג ארום די הילולא קדישא ט"ו תמוז
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה ווייס, שלומי טריכטער, JDN רבבות אידן איבער דער גארער וועלט האבן דעם ט"ו תמוז, אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נר המערבי ורבן של כל ישראל דער אור החיים הקדוש זי"ע. אנגעהויבן פון דינסטאג ערב די הילולא האבן צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אנגעהויבן ארויפצוגיין צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקודש לרגל די 283׳סטע יארצייט, און א געשאצטע איבער הונדערט טויזנט אידן האב


bottom of page
