top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער אידן האבן באגלייט למנוחות דעם צדיק רבי עמוס גואטה זצ"ל הי"ד ביי לוויה אין נתני'

  • לפני 26 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט שווערע געמיטער האבן טויזענטע אידן היינט באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק רבי עמוס גואטה זצ"ל, ראש ישיבת "רבי יצחק חי טייב" לבני עדת הספרדים און רב פון די ליביער געמיינדע וועלכע איז היינט אינדערפרי דערשטאכן צום טויט אין זיין ישיבה אין נתני'.


די לויה איז ארויס פון די לניאדו שפיטאל אויפן וועג צו זיין בית המדרש אויף רחוב בר יוחאי אין נתני' וואו מאסן תלמידים האבן אפגעווארט די מיטה. פון דארט האט די לויה ממשיך געווען דעם לאנגן וועג צום בית החיים ותיקין אין שטאט.


טראץ די אומדערטרעגליכע היץ כוואליע, האבן שווערע הונדערטער תלמידים באגלייט די מיטה עטליכע שעות, צופינס דורך שאסיי 2 וועלכע האט געפירט צו א פארשליסונג פון טייל פונעם הייוועי. דאס איז געווען א זעלטענע פאל אז מען זאל באגלייטן די מיטה אזא וועג ביז צום בית החיים, און דאס לעצטע מאל וואס מען האט געמאכט אזא אויסנאם איז געווען ביי די מסע הלוויה פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.


בראש המלווים האט זיך אנגעזען כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט באגלייט די מיטה פונעם שפיטאל, עטליכע גאסן בכבוד הראוי.


ביים בית החיים האבן אפגעווארט פרישע טויזענטער אידן און די רבני העיר האבן אנגעהויבן מספיד זיין נאך איידער די מיטה איז אנגעקומען אויפן פעלד.

לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן האבן די תלמידים איינגעהאנדעלט גאנצע דרייסיג חלקות אויפן בית החיים וותיקין כדי צו קענען בויען א גרויסע אוהל אויפן ציון פונעם צדיק כראוי וכיאות.



bottom of page