הילולא קדישא בחצ"ק קרעטשניף געפראוועט בשילוב מיט שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביים רבי'ן
- 2 ביולי
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם דינסטאג ט"ו תמוז איז אפגעצייכנט געווארן די הילולא קדישא פון הרה"ק המפורסם פועל ישועות בקרב הארץ רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע, דער מופת הדור וואס איז געווען נערץ ונקדש אין אלע קרייזן, און אומעטום האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, בפרט בצילם פון די קינדער און אייניקלעך האדמורי"ם שליט"א, ובמיוחד איז די הילולא קדישא פארביי מיט רגשי עילאה אינעם אתרא דמר בצל בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א אין קרית קרעטשניף אין רחובות, באותו מקום קדוש וואס דער הייליגע בעל הילולא האט אויפגעשטעלט בדמים תרתי משמע און אפגעראכטן עבודתו בקודש בסילודין, און פון דארט באלאכטן כלל ישראל און משפיע געווען ישועות ורפואות לאלפים.
דורכאויס דעם יארצייט האט דער רבי געדאוונט די תפילות פארן עמוד בביתו נאווה קודש, מיטוואך נאכמיטאג בעצם יומא דהילולא איז דער רבי שליט״א ארויף בראש קהל חסידיו צום אוהל הקדוש, אויפן בית החיים אין רחובות, פוקד זיין דעם ציון המצוינת, דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט ספר רביעי אין תהילים מיט גרויס השתפכות הנפש, און דערנאך געזאגט קדיש, און זיך משתטח געווען אויפן ציון המצוינת להפקד בדבר ישועה ורחמים.
אין לויף פונעם טאג זענען מאסן אידן אנגעקומען צום חלקת מחוקק ספון, צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים ואנשים חשובים, ובראשם בנו כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א, די איידעם כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, און האדמורי"ם שליט"א נכדי בעל ההילולא.
פארנאכטס איז געווען צוגעשטעלט די סעודת הילולא רבתי אין בנין ביהמ"ד הגדול, און נאך א קורצע צייט איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור, וואס איז דאס יאר געווען משולב מיט א שמחה אינעם רבינ'ס הויף, דעם שמחת הבר מצווה פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, עלטסטע אייניקל ביי חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערצקי שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי ישראל שלום שנעעבאלג שליט''א איידעם פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא בראך ראש הכוללים תולדות אברהם יצחק איידעם פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און לכבוד די שמחה זענען כל קהלא קדישא געווען מלובש בבגדי שבת.
די מעמד האט געטראגן א באזונדערע באדייט זייענדיג דעם אונטערשטן מאורע אינעם יעצטיגן היכל הטישן וואס מען גייט אין די נאנטע טעג צונעמען אין בעפארברייטונג צום פרישן פראיעקט איבערצובויען דעם היכל הטישן לרווחתם פון די הונדערטער חסידים וואס זענען זיך מסתופף בצל הקודש תמידים כסדרם.
דער רבי האט מסיים געווען ש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך כל קהלא קדישא לעילוי נשמתו הטהורה, און געזאגט קדיש דרבנן. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט תורה, און מרחיב געווען במשנתו הטהורה של אביו הגדול דער בעל הילולא, בתוך דבריו האט דער רבי ארויסגעברענגט דעם יסוד איתן וואס דער טאטע פלעגט שטארק מקפיד זיין בכל תוקף ועוז, דאס רעדן בלויז די אידישע שפראך, און בשום אופן נישט זיך באנוצן מיט די העברעישע שפראך, דערביי האט דער רבי שליט"א אנגעווארנט די לערערס און לערערינס מאנשי שלומו וואס רעדן די העברעישע שפראך פאר די בנות ישראל אין די היימישע מיידל שולע אין קרית קרעטשניף. אזוי אויך האט דער רבי שטארק מעורר געווען איבער עניני צניעות ביי נשים, און מסיים געווען מיט ווארעמע ברכות קדשו.
נאכ'ן זמן רבינו תם האט מען אנגעהויבן שפילן מיט כלי זמר לכבוד די שמחת הבר מצווה, דער בר מצווה בחור האט געזאגט דעם פשעטיל, און מען האט געזינגען פרייליכע ניגונים. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען חתנו הרה"צ רבי ברוך האגער אבד"ק ברכת משה בית שמש פארצוזינגען יזכור אהבתם.
דער רבי שליט''א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און די גאנצע ציבור איז דורך אל מול פני הקודש מיט קוויטלעך להזכר לטובה בהאי יומא רבה.
ביים טיש האבן זיך משתתף געווען דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט''א נכד בעל ההילולא, הגה"צ רבי נפתלי מענדעלאוויטש אבד"ק טורקא, הגה"צ אב"ד דעלעטין מאנסי, און הרה"צ רבי שלום מאסקאוויטש בן האדמו"ר ממעליץ.











































































































תגובות