בחסדי שמים: האד' מסטאניסלאוו באפרייט געווארן פון שפיטאל; וועט זיך ווייטער ערהוילונג אינדערהיים
- 2 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סטאניסלאוו האבן אפגעאטעמט נאכן ערהאלטן די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, על ישראל הדרתו אין מאנסי, איז באפרייט געווארן פון שפיטאל, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דינסטאג איבערן טאג צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס.
דער רבי שליט"א האט אין די לעצטע טעג געליטן פון גאר שטארקע יסורים און שווערע ווייטאגן אין קאפ. נאכן דורכגיין פארשידענע אונטערזוכונגען אין שפיטאל האבן די דאקטוירים אנטדעקט אן אינפעקציע, וועלכע האט געדארפט באהאנדלט ווערן.
נאכן באקומען די נויטיגע באהאנדלונגען איז דער רבי שליט"א, לויט די ראט פון די דאקטוירים, באפרייט געווארן פון שפיטאל, די דאקטוירים האבן צוגעשטעלט די נויטיגע באהאנדלונגען און אנווייזונגען צו קענען ממשיך זיין די ערהוילונגס פראצעדור אינדערהיים, אונטער מעדיצינישער אויפזיכט.
די חסידים זענען פארבעטן געווארן ווייטער צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן זונדל ישכר דוב בן לאה בתוך שאר חולי ישראל, דער רבי זאל זיך צוריקקערן לאיתנו הראשון מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.





תגובות