top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סאטמאר בני ברק מיטגעלעבט שיינע באזוך פון הגה”צ אבד"ק ישמח משה קרית יואל שליט"א חדב"ן האד' מסאטמאר

  • 2 ביולי
  • זמן קריאה 4 דקות

דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.אייזנבאך און ח.מ. ראזנער

תלמידי וחסידי סאטמאר אין תושבי שיכון קרית יואל, סאטמאר און בני ברק, האבן פארלאפענע וואך געפייערט א חגיגת הכנסת ספר תורה, וועלכע איז געשריבן געווארן באנענזאם די גאנצע קהילה לטובת נשמתם פון די צדיקי עצי התמרים מייסדי המוסדות והקהילה, הרה"ק מסאטמאר זכותו יגן עלינו און הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זכותו יגן עלינו, און איז אריינגעגעבן געווארן צום צענטראלן בית המדרש הגדול אין שיכון סאטמאר, במעמד קהל רב וברוב פאר והדר, אין שפיץ פונעם אורח הדגל, דער באקאנטער נועם בחסד עליון, הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א, אב"ד ישמח משה אין קרית יואל, חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל בשליחות הקודש פון זיין גרויסן שווער צו באשיינען דעם מעמד, און האט דערנאך אפגעראכטן א שבת התרוממות בקרב הקהילה.


דער רב איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל דאנערשטאג אינדערפרי, וואו ער איז אפגעווארט געווארן אין עירפארט דורך א חשוב'ע דעלעגאציע פון די הנהלת המוסדות והקהילות אין ארץ ישראל. ער איז תיכף צוגעפארן קיין בני ברק, דאווענען שחרית מיט די ילדי התשב"ר תלמידי התלמוד תורה, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו ער האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די קינדערלעך.


און די נאכמיטאג שעה'ן האט שוין דער שיכון אנגעהויבן ווירבלען מיט די ילדי התשב"ר און בעה"ב בחורים און אינגעלייט אנגעטהון מיט בגדי שבת, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד כתיבת האותיות אין שטוב פון הרבנית בראך תחי' אלמנה פונעם אומפארגעסליכן מנהל רוחני הרה"ג המנוח רבי יקותיאל יצחק בראך זצ"ל מ'נאנאש.דער רב שליט"א איז ערשינען און משמיע געווען פאסיגע דברי תורה, דערנאך איז ער נתכבד געווען לברך על המוגמר צו פארענדיגן די לעצטן אות שבתורה דאן האט  מען אויסגעבראכן אין פרייליכע געזאנגען מיט ריקודין, און נאכן מאכן הגבהה ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה לרחובה של עיר ווען דער ציבור איז מכרכר ומרקד לפני התורה מיט גרויס ששון ושמחה, ביז צום היכל הביהמ"ד, וואו די ריקודין האבן גובר געווען און מ'האט זיך געהויבן אין די לופטן מיט ריקודין עילאין, ווען דער רב שליט"א טאנץ אין דערמיט מיט א התלהבות דקדושה, און אינצווישן האט דער רב שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען פאסיגע דברי התעוררות.


נאך די לעבעדיגע ריקודין ביים אריינשטעלן דעם ס"ת אין ארון הקודש האט דער רב שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און א שעה נאכן טאנצן האט זיך די ציבור געוואשן צו די סעודה ואס איז געווען צוגעגרייט אינעם היכל הביהמ"ד, וואס איז בליץ שנעל איינגערישט געווארן מיט שולחנות ערוכות באצירט בהוד ובהדר ווען על פני המזרח ציהט זיך א לאנגן בימת הכבוד אויב-אן אויפן גאנצן ברייט פונעם ביהמ"ד. די ציבור האט זיך געוואשן צו די סעודה און די בעלי השיר יצאו בשיר אנגעפיהרט דורך דעם בעל מנגן נפלא ר' אהרן סאמעט.


מיט געזאנג האט מען אויפגענומען דעם רב שליט"א וועלכער האט זיך גלייך ארויסגלאזט אין געהויבענע טענץ מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור, דערנאך האט אויפגעטרויטן מיט א שיינע דרשה הגאון רבי אברהם שלמה כץ שליט''א דער ריסקעווער רב שליט"א מרבני הקהילה און מיט יראת הכבוד האט די ציבור געשלונגען מיט דארשט די דרשה פונעם רב שליט"א וועלכער האט משלב געווען פאסיגע ניגוני הודאה אינמיטן זיינע רייכע ווערטער.


נאך אזא שיינע מעמד גדול לה' ולתורתו האט נאכגעפאלגט א שבת התעלות והתרוממות הנפש מיטן געהויבענעם גאסט שליט"א, וואס די אש התורה וואס האט זיך אנגעצונדן ביים הכנסת ס"ת האט אנגעהאלטן במשך דעם גאנצן שבת מיט א חיות דקדושה.


ליל שב"ק איז דער רב שליט“א ערשינען אין ביהמ“ד הגדול אין שיכון ווי ער איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה, פאר קבלת שבת איז דער רב ארויף אויפן ארון הקודש און איבערגעגעבן א ווארימע גריס און דברי ברכה והתחזקות פון חותנו הגדול דער רבי שליט"א וועלכער האט זיך שוין נאכגעפרעגט וויאזוי עס איז אפגעראכטן געווארן די נעכטיגע מעמד ווייל עינו ולבו שם כל הימים.


די סעודת ליל שב“ק האט דער רב שליט"א אפגעראכטן אינאיינעם מיט די בחורי חמד וואו במשך פון נאנט צו דריי שטונדעס האבן די חשוב‘ע בחורים זיך דערקוויקט צו נתרומם ווערן פון דעם מעיין המתגבר ונהר שאינו פוסק מיט בליציגע דברי דרוש ואגדה כדרכו און מיט פייערדיגע דברי התחזקות והתעוררות באגלייט מיט ווארימע זמירות שבת.


פאר‘ן בענטשן איז זיך צונויפגעקומען א גרויסע ציבור בעה“ב נכבדים און בחורי חמד און דער רב שליט“א האט אפגעראכטן א ווארימע באטע ביז ארום דריי אזייגער טיף אין די נאכט.


שבת צופרי בעפאר קריאת התורה האט דער רב שליט"א אויפגעטראטן מיט פאסיגע דברי התעוררות והתחזקות בעפאר מ'נעמט ארויס דעם נייעם ס"ת, דערנאך ביי הוצאת הס"ת האט מען אויסגעבראכן אין א געזאנג ביז צוברענגען דעם ספר צום בימה, און נאכ‘ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א קידושא רבא לרגל דעם חינוך הס"ת. באזונדער איז דער רב שליט"א ארויף אויף א ברייטע קידוש בבית העסקן והנדיב היקר ר' דוד יואל קליין הי"ו מיטן באטייליגונג פון א שיינער ציבור נדיבים און עסקנים אין די קהילה.


די קלימאקס פונעם געהויבענעם שבת איז געווען ביים פייערדיגן סעודת רעוא דרעווין ווען דער רב האט מיט זיין כח המעורר אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור מיט דברי התחזקות אין א העכערן אטמאספארע פון עולם התשובה והתיקון באגלייט מיט ניגוני התעוררות ודביקות.


במוצאי מנוחה איז אפגעראכטן געווארן א סעודת מלוה דמלכא רבתי און סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין אין די ראם פון די חבורת תורתך שעשועי, וואו די שפיץ איז געווען די צענטראלע דרשה פונעם רב אלס נואם הכבוד וועלכער האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט און ארויסגעברענגט זיין התפעלות נאכ‘ן מיטלעבן אזא שבת התרוממות מיט די קהלא קדישא און באזונדער מיט די בחורים ליל שב“ק. ביים ענדע פון די דרשה האט ער אנגעווארעמט דעם ציבור מיט דברי התעוררות והתחזקות אין אלע ענינים הצריכים תיקון און התבדלות פון די כלים טמאים און קביעות עתים לתורה.



תגובות


bottom of page