הערליכע הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד קארלין לעלוב אין בני ברק לז"נ כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מיט גרויס התרגשות און שמחת התורה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אפגעראכטן געווארן די חגיגה נהדרה הכנסת ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן לזכר נשמתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, בעל "קדושת שמואל צבי", שטייענדיג איבער זעכצן יאר נאך זיין הסתלקות לשמי מרום בשנת תש"ע. די שמחה לגומרה של תורה איז געווען א געלעגנהייט מעלה צו זיין זכרו הבהיר של אותו צדיק וואס איז געווען נערץ ונקדש מיט זיין אויסטערלישע קדושה ופרישות און זיין אייגנארטיגע פשטות והצנע לכת.
די מעמדי קודש האבן זיך אנגעהויבן דאנערשטאג נאכמיטאג ביים מעמד כתיבת האותיות בבית הרבנית הצדקנית תליט"א, מחברתו הטהורה, דער בת זקונים פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, אויף רחוב רבי עקיבא אין בני ברק. דורכאויס א לענגערע צייט זענען פילע חסידים ואנשי מעשה, אדמורי"ם, רבנים וקרובי המשפחה ארויפגעקומען שרייבן די אותיות אינעם ספר תורה, צווישן זיי האט זיך אנגעזען איר ברודער כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, און די מחותן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז געווען א לאנגיעריגער חברותא פונעם רבי'ן זצ"ל און האט באזונדער אויך באשיינט די סעודה לגומרה של תורה.
נאכן סיום כתיבת האותיות איז די תהלוכה ארויס לרחובה של עיר מיט לעבעדיגע מוזיק און ריקודין, ווען הונדערטער אידן זענען געטאנצן מיט א געוואלדיגע שמחה לכבודה של תורה ביז צום היכל הביהמ"ד אויף די מלאכי גאס. אנקומענדיג אינעם ביהמ"ד האבן די ריקודין פארגעזעצט ביתר שאת ועוז, און דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א האט פארגעזאגט די מזמורים כנהוג, נאכגעפאלגט מיט טענץ און געזאנג.
ביינאכט איז פארגעקומען די סעודת מצווה לגומרה של תורה אין די בית מלכה זאל, וואו כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און זיך באדאנקט די בני המשפחה און גוטע פריינד וואס האבן מנדב געווען סכומים הגונים פאר'ן ספר תורה. א פייערדיגע דרשה איז געהערט געווארן פון הגה"צ רבי חיים יוסף בידרמאן שליט"א אב"ד לעלוב, וועלכער האט ארומגערעט מיט דברי זכרון במשנתו פונעם גרויסן פעטער ז"ל, און דער באקאנטער בדחנא דמלכא ר' מענדל יאקאב האט אנגעוורעמט דעם ציבור מיט הארציגע חרוזין.
די מעמדים לכבודה של תורה זענען באשיינט געווארן דורך פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי די שוואגער פונעם רבי'ן זצ"ל כ"ק אדמו"ר מלעלוב עזרת תורה שליט"א, די פלאמעניקעס כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, און די אנדערע אדמורי"ם לבית לעלוב פון צפניה, בני ברק, בהר"ן, בר אילן, לעלוב בראנוביץ און לעלוב הר יונה. אויך האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מסטריקוב, ספינקא, און ביאלא פשיסחא, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א, הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א, הרה"צ רבי בערל רוקח שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא הגה"צ רבי שלמה וואסרמאן שליט"א אב"ד לעלוב, און הגאון רבי יעקב יהושע אנגלאנדער שליט"א ר"י מאחנובקא בעלזא. באזונדער האט זיך אנגעזען די השתתפות פון זקני חסידי לעלוב און די משמשים בקודש פונעם גרויסן שווער הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי, הרה"ח ר' שמואל פרוש, הרה"ח ר' נח גאלדבערג, און הרה"ח ר' מרדכי לייב געלבשטיין.






















