top of page
גדול יהיה כבוד הבית: היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פאר'ן נייעם מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט אומבאשרייבליכע געפילן פון שמחה און עקסטאז, און נאך צענדליגער יארן פון ארויסקוקן און ווארטן, האבן הונדערטער חסידי אלכסנדר מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפינה" ביים גיסן די פונדאמענטן פאר'ן נייעם פראכטפולן בנין המרכז העולמי ובית המדרש הגדול אלכסנדר, וואס ווערט אויפגעבויט אין הארץ פון עיר התורה והחסידות בני ברק, בראשות פונעם געטרייען מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א. ד


מחיל אל חיל: בוי ארבעט ביים נייעם בנין הקהילה ומוסדות סאטמאר אין ירושלים זעצט פאר אומאויפהערליך
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט די סאטמארערע קהילה אין ירושלים עיה"ק אפגעצייכענט גאנצע דריי יאר פון ווען די ערשטע טראקטאר האט זיך באוויזן אויפ'ן שטח הבני' אויף די יונה - הושע - גאס און ברוך ה' אז פון יענער טאג און ווייטער גאלאפירט די בוי ארבעט מחיל אל חיל ווייטער און ווייטער אן אויפהער. מיט שטורמישע געפילן האט מען צוגעקוקט צו די מחזה הוד וואו די געביידע הייבט זיך אויף העכער די ערד פלאך. דער צעמענט פון גאנצע פינף שטאק איז געגאסן און מען גרי


תלמידי המתיבתא אין קרית צאנז נתני' איבערראשט פון פלוצימע באזוך דורך המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי קרית צאנז נתניה און די תלמידי המתיבתא הקדושה דחסידי צאנז זענען נעכטן איבערראשט געווארן, ווען דער מקובל הגאון הצדיק רבי יעקב עדס שליט"א איז פלוצלינג ערשינען אויף א באזוך בתוככי הישיבה, וועלכער איז אצינד סטאנציאנירט אינעם היכל ראזענבערג, צוליב די רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אינעם בנין המתיבתא. דער באזוך איז געקומען גלייך נאכדעם וואס דער מקובל שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי די בני משפחה פונעם בע


גדולי ישראל פארזאמלט אין שטוב פון זקן ראשי הישיבות הגרמ"צ בערגמאן שליט"א לטובת ישיבת רשב"י
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מעון תורתו פון זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א אין בני ברק, איז דעם ענדע וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסער כינוס גדולי ישראל אין בעפארברייטונג צו א גרויסארטיגן קאמפיין וואס וועט אפגעהאלטן ווערן לטובת החזקת ישיבת הרשב"י בנשיאותו. ביי די אסיפה האבן זיך אנגעזעהן די סאמע חשוב'סטע ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן, אין שפיץ פון מנהיג עולם התורה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"


צוויי יוגנטליכע פארמישט אין זילבערווארג רויבעריי בחצר הקודש טשערנאביל, ארעסטירט
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די אנגייענדע אויספארשונג ארום די רויבעריי אין וועלכן די זילבערנע כלי קודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א זענען נעלם געווארן מיט צוויי וואכן צוריק, קומט אריין די נייעס אז די פאליציי האט נעכטן ארעסטירט צוויי יוגנטליכע, אלט 14 און 16 יאר, מיטן חשד אז זיי זענען געווען פארמישט אין דער גניבה. נאך צוויי וואכן וואס די עסקנים זענען געווען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליציי באאמטע, האט מען באוויזן צו לייגן א האנט אויף די פאר


הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל געפראוועט אין ירושלים עיה"ק בצל בנו האד' מבלאזוב ריבאטיטש
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך ט"ז תמוז איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל. במקום מנוחתו אין ירושלים עיה"ק איז געפראוועט געווארן די יארצייט דורך בנו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט. דינסטאג אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אין בנין פון כולל חבת ירושלים אין עיה"ק ירושלים, מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור


פראקטישע 'מקום התפלה' אויפגעשטעלט ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זי"ע
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש זיך גרייטנדיג צום די פופציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישטאן זצ"ל, איז דורך ק"ק פאלטישאן - בנשיאות כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א – לעצטענס אפגעקויפט געווארן דער גאנצער חלקה פון מקום מנוחת קדשו און די ארומיגע חלקות, וואס געפינט זיך ביים ווינקל פון אלטן פאפא בית החיים אין ניו דזשערסי. דער מקח איז געשלאסן געווארן מיט די הנהלה פון חברה קדישא דק"ק קהלת יעקב פאפא, און דערמיט איז עס גענצליך אריבער לרשות ק"ק פאלטי


ברוך הבא: האד' מספינקא פראוועט שבת בבית מדרשו אין עיר הקודש ירושלים
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג איז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18 אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל וואו דער רבי שליט''א וועט פארוויילן דורכאויס די זומער וואכן בקרב חסידיו, בזמן שהצדיק העיר טוט דער רבי פראווענען די שיינע שבתים אין ספינקא ביהמ''ד אויף רחוב ראשית חכמה אין ירושלים, וואו מאסן חסידים ואנשי מעשה דערווארעמען זיך ביי די געהויבענע תפילות און טישן אויפן ספינקא נוסח.


הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער חסידי בעלזא אין מאנסי האבן פארגאנגענע וואך מקבל פנים געווען די חשובער אורח פון ארץ הקודש — הרה"ג רבי ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. הרב ישראל מנחם נחום וועלכע דינט אלס דער מוליך ומביא פון די בעלזער קהילה ומוסדות אין מאנסי ביים זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט לכבוד א חתונה און גלייכצייטיג אויסגענ


מאסיווע רענאוואציע פראיעקט אינעם היכל המתיבתא אין קרית צאנז לקראת נייעם אלול זמן
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג, בעת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וויילט אין שטאט קיסריה אויף מנוחת הנפש, איז אין קרית מלך רב – קרית צאנז נתניה געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווער פראיעקט איבערצובויען און איבערפרישן דעם גרויסן היכל המתיבתא. דער בנין מתיבתא איז נאך געבויט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און האט יארן לאנג געדינט אלס דעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל און שפעטער דער היינטיגער רבי שליט"א האבן געפראוועט זייער עבו


שמחת החאלאקע לבן האד' ממיאלען פארגעקומען ביומא דהילולא פון זקינו הרה"ק מקרעטשניף זי''ע
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י פריעד דעם מאנטאג פנחס העעל"ט, ט"ו תמוז, בעצם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע, איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר א זון פון כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א, בבית מדרשו אין שכונת מתחם הסופרים אין בני ברק. דער רבי איז געווען מלובש בבגדי שבת לכבוד השמחה, און נאכן אפשערן בנו היניק האט דער רבי מעריך געווען א שלחן לחיים ביי וועלכע מען האט געזונגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט משמיע געווען דברי ק


שמחת בית קארלין סטאלין וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן וועט פארקומען אין ארה"ק צוליב גיוס-פלאנטער
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין-סטאלין זענען איבערראשנד נתבשר געווארן איבער א שינוי מקום פון די בעפארשטייענדע חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן, און וועט אנשטאט פארקומען אין ארץ ישראל, אין ביהמ"ד הגדול קארלין אין גבעת זאב צוליב דעם וואס דער חתן קען נישט ארויספארן פון ארץ ישראל צוליב'ן שווערן גזירת הגיוס. דער חתן איז אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, זון פון זיין איידעם א זון


הקמת המצבה על קברה פון עלטערע שוועסטער פון האד' מגור געשטעלט נאך הונדערט יאר
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענער און רירנדער מעמד הקמת המצבה איז פארגעקומען אין די לעצטע טעג אויפ'ן גרויסן בית החיים אין שטאט ווארשא, ווען מען האט אויפגעשטעלט א מצבה על קברה פון דער טאכטער פון הרה"ק בעל "לב שמחה" מגור זי"ע, א שוועסטער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן ארום דעם הונדערסטן יארצייט פון איר פטירה, וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך. מיט א שטיק צייט צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א שליט"א האט עוסק געוו


האד' מסאטמאר באשיינט יערליכע חומש סעודה פון תלמידי מוסדות סאטמאר אין מאנסי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ פארלאפענעם וואך זונטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל בבנין הבית רחל 'בנין ניישטאדט' אין מאנסי. ביים ערשיינען צום מעמד האט דער רבי זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, מיט הגה''צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט''א, און די אנדערע חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן. די קינד


קבוצה חסידי סקווירא לעבן מיט געהויבענעם נסיעה קיין אייראפע מיט הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א גרעסערע קבוצה חסידי סקווירא האבן מיטגעלעבט גאר א געהויבענעם נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע און צום קלימאקס א שבת מרומם אין די שטאט ליזענסק, וואו מען האט געפראוועט צוזאמען בשבת אחים גם יחד, בראשות הרה״צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט״א בן זקונים פון כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א. רבי חיים מאיר שליט״א האט אונטערגענומען די נסיעה אויף די מקומות הקדושים, לרגל די שמחת נישואין פון בנו החתן וואס וועט אפגעראכט


מוצאי י"ז בתמוז: גרויסן ציבור ביי סעודת הילולא פון פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל אין בני ברק
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג נאכט אור ליום י"ח תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל משרידי דור הישן ומעתיקי השמועה וואס איז נסתלק געווארן מוצאי שבעה עשר בתמוז אין יאר תשס"ז, א גרויסן יארצייט סעודה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שכונת זכרון מאיר אין בני ברק בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א. דער פני המזרח איז באשיינט געווארן דורך פילצאליגע רבנים חשובים און אנשים מכובדים. באלד


יערליכע סדר לימוד און מעמד 'אגרא דתעניתא' ביום שבעה עשר בתמוז בחצר סקולען לעיקוואד
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט דעם פארלאפענעם צום שבעה עשר בתמוז אינעם עיר התורה וחסידות לעיקוואוד, וואו הונדערטער חסיד'ישע בחורים האבן אויסגענוצט דעם טאג מיט לימוד שעות רצופות, מיטהאלטנדיג דעם סדר לימוד רבתי "אגרא דתעניתא" בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א. דער סדר הלימוד איז אפגעהאלטן געווארן אין אלע דריי בתי מדרשים דקהל אברכים אין לעיקוואד, אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן, ווען עס האט זיך פארמירט א מאסנווייזע שטראם פ


יציאת צדיק: האד' מסאטמאר אפגערייזט קיין ניו העמפשיר למנוחת הנפש
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג קיין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן אין לויף פון די קומענדיגע פיר וואכן למנוחת הנפש. צופרי האט דער רבי - ווי יעדן טאג - געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און


האד' מתולדות אברהם יצחק אנגעקומען קיין שיכון מעזריטש - הר יונה אויף אפרוה
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און פרייד האבן חסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע זומער וואכן, בקרב חסידיו. דער אנקום פונעם רבי'ן האט ארויסגערופן באזונדערע התרגשות, נאכדעם וואס עס איז שוין פארלאפן כמעט א גאנץ יאר זינט דער רבי איז דאס לעצטע מאל געווען אין הר יונה. במשך די לעצטע חדשים האט דער רבי, צוליב זי


חתנו כבנו: יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצוק"ל בחצר הקודש קאסוב וויזניץ
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם שבת קודש כ' תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל, לכבוד די שבת יארצייט האט חתנו כבנו כ"ק אדמו"ר מקוסוב וויזניץ שליט"א מעריך געווען דעם שבתא דריגלא אויף א גרויסן פארנעם בחצר קדשו אין בית שמש. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת הילולא רבתי בבית מדרשו, און היינט זונטאג איז דער רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט קהל חסידיו, אויפן וויזניצער בית החיים אין בנ


bottom of page
