קבוצה חסידי סקווירא לעבן מיט געהויבענעם נסיעה קיין אייראפע מיט הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א גרעסערע קבוצה חסידי סקווירא האבן מיטגעלעבט גאר א געהויבענעם נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע און צום קלימאקס א שבת מרומם אין די שטאט ליזענסק, וואו מען האט געפראוועט צוזאמען בשבת אחים גם יחד, בראשות הרה״צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט״א בן זקונים פון כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א.
רבי חיים מאיר שליט״א האט אונטערגענומען די נסיעה אויף די מקומות הקדושים, לרגל די שמחת נישואין פון בנו החתן וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומענדיגן ווינטער תשפ"ז הבעל"ט.
די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך קרח אין אונגארין וואו מען האט פוקד געווען די קברי הצדיקים אין קאלוב, קערעסטיר און אוהעל, און דאן אריבער די גרעניץ קיין פולין, וואו מען האט איבערגענעכטיגט אין רימינוב און דאנערשטאג אין לויף פונעם טאג האט מען ווייטער מתפלל געווען ביי די מקומות הקדושים אין רימאנוב, לינסק, דינוב, ראפשיץ, גלאגוב, לאנצוהט, פשעווארסק, יעראסלאוו, האלאשיץ, צעצישינוב און שינאווא, באישון ליל האט מען דערגרייכט די הייליגע שטאט ליזענסק אויף לינת לילה.
פרייטאג צופרי איז פארגעקומען א געהויבענע מעמד הכנה דרבה צום עליה לציון הק' אין ליזענסק, וואו עס זענען אויך צוגעקומען די בחורי חמד פון מתיבתא מאור יוסף דשיכון סקווירא וואס האבן אויך געוויילט אויף א נסיעה אין פוילן, און הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א האט משמיע געווען דברי התעוררות פארן אריינגיין צום ציון המצוינת פון דער הייליגער ר' ר' אלימלך זי"ע.
במשך דעם שבת זענען די תפלות אפגעראכטן געווארן ברוב עם מיט א געוואלדיגן התלהבות און ברען, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען פארן עמוד הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, און מען האט פארברענגט ביי די סעודות שבת בשירות ותשבחות, און געהערט דברי תורה און סיפורי צדיקים.
זונטאג אינדערפרי האט מען ממשיך געווען דעם וועג קיין לובלין צום ציון פון דעם הייליגן חוזה, רבי שכנא, און דער מהרש"ל. און דערנאך איז מען אריבער אינעם היסטארישן בנין פון ישיבת חכמי לובלין, וואו הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א האט געמאכט א סיום אויף מסכתא זבחים וואס ער לערנט פאר אינעם מסגרת דף היומי מיסודו פונעם לובלינער רב הגאון האדיר רבי מאיר שפירא זצ''ל, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים, שפעטער אין טאג האט מען מתפלל געווען אין קאזניץ, מאגלניצא, פשיסחא, און לעלוב, און זיך צוריקגעקערט קיין ליזענסק אויף לינת לילה.
מאנטאג איז מען געפארן קיין דזיקוב צום ציון פון דעם אמרי נועם לרגל די יארצייט ח' תמוז, און פון דארט קיין מעליץ, דאמבראווא, טארנא, צאנז און קראקא וואו מ'האט געדאוונט מנחה אינעם פאליש פונעם ביהמ"ד הייליגן רמ"א און מתפלל געווען אויף ביידע בתי חיים.
שפעטער ביינאכט איז מען אנגעקומען קיין קיעלץ, לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מאטעלע קאזמירער זי"ע וואו עס איז פארגעקומען בהתעוררות רב די עליה לציון אינאיינעם מיט א גרויסע ציבור אידן, צוערשט האט מען זיך געוואשן צו א יארצייט סעודה און סיום מסכתא, און מען האט געהערט דברי התעוררות פון הגאון רבי סענדער אויסטערליץ שליט"א, מו"ץ שיכון סקווירא, און פון הרה"צ רבי חיים מאיר כהכנה צום עליה לציון, ארום צוויי אזייגער ביינאכט איז מען געגאנגען צום אהל הקדוש, מקום המסוגל לישועות, וואו מ'האט פארברענגט מיט תהלים און ניגוני כיסופין, און געלערנט משניות, געזאגט די סליחות פון י"ג מידות פארגעזאגט דורך בעל תפילה ימים נוראים הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א.
פון דארט איז מען געפארן קיין מאגלאניצא וואו מען האט געדאוונט שחרית אין די פארטאג שעה'ן און פון דארט צום עירפארט האפנדיג צו האבן מיטגעברענגט אהיים זעק מיט ישועות ורפואות.




































תגובות