top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי המתיבתא אין קרית צאנז נתני' איבערראשט פון פלוצימע באזוך דורך המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

תושבי קרית צאנז נתניה און די תלמידי המתיבתא הקדושה דחסידי צאנז זענען נעכטן איבערראשט געווארן, ווען דער מקובל הגאון הצדיק רבי יעקב עדס שליט"א איז פלוצלינג ערשינען אויף א באזוך בתוככי הישיבה, וועלכער איז אצינד סטאנציאנירט אינעם היכל ראזענבערג, צוליב די רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אינעם בנין המתיבתא.


דער באזוך איז געקומען גלייך נאכדעם וואס דער מקובל שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי די בני משפחה פונעם בעל מקובל רבי עמוס גואטה זצ"ל, וועלכער איז טראגיש אומגעקומען פארגאנגענע וואך אין זיין ישיבה אין נתניה.


באלד נאכן אנקומען זענען די זיך בחורים אנגעלאפן, און דער מוקבל האט משמיע געווען פאר זיי א לענגערע שיחת חיזוק בעניני תורה, תפילה און עבודת ה'. במשך דער שמועס איז אויך אריינגעקומען דער ראש הישיבה, הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א, ראש ישיבת צאנז בן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער האט זיך איינגעהערט צו די דברי חיזוק.


דער מקובל שליט"א האט פארברענגט ארום א שעה און א פערטל צווישן די בחורים. צום שלוס האט ער פארגעזאגט מזמורי תהלים און פסוקי יחוד, נאכגעפאלגט מיט קדיש, און די בחורי הישיבה זענען אריבער כבני מרון מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם מקובל שליט"א.



bottom of page