פראקטישע 'מקום התפלה' אויפגעשטעלט ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זי"ע
- לפני 8 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

זיך גרייטנדיג צום די פופציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישטאן זצ"ל, איז דורך ק"ק פאלטישאן - בנשיאות כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א – לעצטענס אפגעקויפט געווארן דער גאנצער חלקה פון מקום מנוחת קדשו און די ארומיגע חלקות, וואס געפינט זיך ביים ווינקל פון אלטן פאפא בית החיים אין ניו דזשערסי.
דער מקח איז געשלאסן געווארן מיט די הנהלה פון חברה קדישא דק"ק קהלת יעקב פאפא, און דערמיט איז עס גענצליך אריבער לרשות ק"ק פאלטישאן בנשיאות כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, נכדו ומ"מ פונעם פאלטישאנער רבי זצ"ל.
ווי עס זאגן עדות די טויזנטער אידן וועלכע גייען כסדר פוקד זיין דעם ציון הק', וואס כידוע הערט מען דארט כסדר ווי אידן דערציילן ישועות נפלאות בזכותו של אותו צדיק, האט שטענדיג געהערשט א שטארקע צוריקגעשטאנענעם מצב ארום דעם ציון הק'. כידוע האט מען ע"פ צוואתו הק' נישט געבויט קיין 'אהל' כמנהג בעלזא, דעריבער איז ביז היינט נישט געווען וואו צו לייגן א תהלים וכדו' און צינדן ליכט, און דאס גאנצע פלאץ איז נישט געווען אויסגעפלאסטערט, נאר פארשטיינערט און צומאל שטארק בלאטיג.
פאר עטליכע יאר צוריק האט זיך פארמירט א וועד פון עטליכע עסקנים, וועלכע האבן זיך אריינגעווארפן צו שאפן און דורכפירן די נויטיגע פלענער וויאזוי אוועקצושטעלן דעם מקום קדוש כראוי ויאות.
באלד נאך יו"ט שבועות שטייענדיג שוין סמוך ונראה צום 50'סטע יארצייט האט מען אנהויבן די פארצווייגטע בוי ארבעט, אויפצושטעלן די 'מקום התפלה' הארט נעבן דעם ציון הק' ווי עס פאסט זיך פאר אזא מקום קדוש, וואס איז אין די טעג פארענדיגט געווארן בשלימות.





תגובות