יציאת צדיק: האד' מסאטמאר אפגערייזט קיין ניו העמפשיר למנוחת הנפש
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג קיין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן אין לויף פון די קומענדיגע פיר וואכן למנוחת הנפש.
צופרי האט דער רבי - ווי יעדן טאג - געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא כדרכו בקודש איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש, ואל יפטר אדם מחברו אלא מתוך דבר הלכה. די בחורים האבן דערנאך ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ריש מתיבתא, בשירה וזמרה.
דער געגנט אין בעטלהעם ניו העמפשיר האט אין די לעצטערע יארן געהאט א תקומה ווען דער סאטמאר רבי געפונט זיך דארט יאר יערליך אינעם הערליכן געגנט צווישן די שטילע בערג מיט די געבענטשטע לופט, און מיט דעם איז דער געגנט פארוואנדלט געווארן אין א שפרודלדיג ארט ווי טויזענטער אידן פארן ארויס וויילן און זיך אפרוען בצל הקודש דורכאויס די פיר וואכן וואס דער רבי געפונט זיך דארט.
באזונדער איז אין די לעצטערע יארן דער ביהמ"ד בית אלימלך אין בעטלהעם ניו העמפשיר פארוואנדלט געווארן אין א תל תלפיות, ווען יעדע וואך אויף שבת קומען צופארן די תלמידי המתיבתא וועלכע צייכענען זיך אויס אין די לימודים יט א שטארקן פלייס אין די וואכן זיך גרייטענדיג צום געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר, וואס דאס איז איינגעשטעלט געווארן אויפן בקשה פונעם רבי'ן שליט"א ווען דער רבי שליט"א האט געבעטן פון די הנהלת הישיבה אז די שבתים מיט די בחורים איז עפעס וואס פעלט אין די וואכן, און די הנהלת הישיבה האט דערפאר אזוי איינגעשטעלט אז עס פארן יעדע וואך קבוצות בחורים ממצוייני הישיבה.
דער גאנצער אומגעגנט איז טראנפארמירט געווארן אין א סאטמארן שטעטל אין די פאר וואכן, ווען אלע צרכי הציבור ווערן אנגעפירט דורך עסקנים חסידי סאטמאר. אין די לעצטערע יארן האבן זיך געעפנט עטליכע פרישע מאטעלן, צושטעלנדיג גענוג פלאץ פארן ציבור צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע שבתים בצל הקודש.

























תגובות