top of page
אומפארגעסליכע שבת בקורות ק"ק בעלזא מאנטריאל מיט אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש הונדערטער חסידי בעלזא דרי מאנטריאל זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה נאכן מיטלעבן א שבת מעין עולם הבא וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם שבת פ' וארא בראשות דעם אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א וואס איז געקומען צו פארן בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לעשות את השבת פאר עדת חסידי בעלזא אין מאנטריאל, נאך צוועלף יאר זינט דעם לעצטן שבת וואס הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט געפראוועט אין שטאט. דער גאנצע סידורו של שבת איז פארגעקומען אין ד


עלי' לציון פון הרה"ק רבי חיים שמואל מחאנטשין זי"ע ביומא דהילולא ח"י טבת צום ערשטן מאל זינט חורבן אייראפע
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש געהויבענע ימי תפילה והתעלות איז פאריבער אין די טעג ארום די הילולא קדישא פון הרה"ק ר' חיים שמואל מחאנטשין זי"ע, א בן אחר בן פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע, ביומא דהילולא ביום ח"י טבת, וואו עס איז היי יאר צום ערשטן מאל זינטן חורבן אייראפע געווען א מנין ביים ציון הק' אינעם נייעם איבערגעבויעטן אוהל אין שטאט קיעלץ אין פולין, אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק חאנטשין מאנסי שליט"א נכד בעל ההילולא וועלכע האט אונטערגענומען אויף זיך דעם פראיעקט איבערצובויע


חסידי סאטמאר איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה וואס האד' מסאטמאר האט געלאזט שרייבן צוויי יאר צוריק
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן נאך מיט צוויי יאר צוריק. לויט ווי ס'ווערט באקאנט האט דער רבי שליט"א ארום צוויי יאר צוריק אנגעהויבן זיך גרייטן בקיום מצות כתיבת ספר תורה, ווען ער האט דאן באשטעלט ביי א היימישן סופר מומחה מחשובי חסידי סאטמאר, צו לאזן ש


שישו ושמחו: חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי צאנז אין שטאט לעיקוואד באשיינט דורך מנהיג העדה האד' מצאנז
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בימ"ד דחסידי צאנז אין לעיקוואד אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין אמעריקא ווי באריכטעט. זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' משה רייך ע"ה וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילוי נשמתו. נאכן שרי


האד' מזוועהיל מתפלל געווען ביי די מקומות הקדושים לקראת שמחת נישואי בנו החתן
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש לקראת די שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך, איז דער רבי ארויסגעפארן דעם זונטאג, ביום המסוגל ערב ראש חודש אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל, אריינגערעכנט מירון, צפת און טבריה. ליל ראש חודש נאכן עלייה לציון הק' אינעם מערה אין מירון האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבודו של יום סמוך ונראה צום ציון הק'. באזונדער איז דער רבי ארומגעפארן צווישן די מקומות הקודשים אין ירושלים, א


הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פראוועט שב"ק פ' וארא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש מיט א רגש דקדושה האבן די אריבער טויזנט בחורי חמד תלמידי סניפי הישיבה גדולה ד'סאטמאר מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כבוד הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת פרשת וארא שבת מברכים חודש שבט בהיכל המתיבתא אין קרית יואל. דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א איז ארויסקומען אויף שבת, כמדי שנה בשנה אין די וואכן פון שובבי"ם, בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו פראווען איינס פון די שבתי


וַיַּרְא מְנֻחָה כִּי טוֹב: האד' מסאטמאר אויף אפרוה אין פאלם ספרינגס קאליפארניע
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש כמדי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעפלויגן קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה במשך די קומענדיגע וואכן, וקוי ה' יחליפו כח, און ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש אויף א פריוואטן פארנעם. דער רבי שליט"א וויילט אין פאלם ספרינגס אויף במשך די קומענדיגע דריי וואכן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די אידן וואס האלטן זיך אויף וואקאציע אין די געגענט, מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שלי


מעמד קבלת פנים אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד לכבודו פון אורח הרם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם זונטאג אוונט איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס האט פריער אין טאג געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א לענגערע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן בהיכל המתיבתא אהבת התורה אין לעיקוואד וואס איז געווען ארומגענומען מיט הויכע פארענטשעס אויף אלע דריי זייטן ארום דעם היכל, איבערגעפולט מיט הונדערטער אידן, עדת חסידי צאנז צוזאמען מיט פילצאליגע תו


האד' מדושינסקיא אויפגענומען הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א אלס דיין ומורה צדק דק"ק דושינסקיא אין עיר הקודש צפת
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג ליל ראש חודש שבט, האבן חסידי דושינסקיא תושבי עיה"ק צפת זוכה געווען אויפצונעמען אן עטרה לראשם, ווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס עינו ולבו נתונים בכל עת תדיר פאר דעם בליה און וואוקס פון די קהילה הקדושה, האט ממנה געווען אן איש על העדה ה"ה הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א לעמוד לשרת בקודש אלס רב און מורה צדק פונעם בית המדרש דחסידי דושינסקיא אין שטאט, לדון ולהורות פאר די חסידים מתפללי ביהמ"ד ובאי בית ה'. די דושינסקיא קהילה


האד' מוויזניץ באזוכט אין תלמוד תורה החדש ישועות משה וויזניץ אין בארא פארק נאכן לאנדן על אדמת ניו יארק
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אין די פריע פארטאגס שעהן האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געלאנדעט אין ניו יארק, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף א קורצע באזוך פון עטליכע טעג מיטן מיל מחזק צו זיין קהל עדת צאן מרעיתו און צו באשיינען די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי איש אמונו הנגיד החסיד רבי חיים שטערן הי"ו פון קווינס, וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין בארא פארק. אין די מיטאג-שעה'ן איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בשערי התלמוד תורה החדש ישועות משה


האד' מפאפא אפגעראכטן דערהויבענע סעודת מלוה מלכה בקרב חסידי פאפא אין שטאט לינדען
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN חסידי פאפא אין לינדען זענען נאך אין די העכערע ספערן נאך דער ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז ארויסגעקומען קיין לינדען און אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה אינאיינעם עדת צאן מרעיתו די חסידים תושבי העיר. אום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען בשערי העיר, און באלד צוגעפארן צום בית המדרש דחסידי פאפא, וואו עס האבן אפגעווארט די צענדליגע חסידים תושבי המקום, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט געזינגען די ז


האד' מבאיאן באגלייט בראש המלווים ביי טרויעריגע לוי' פון הב' משה לודמיר הי"ו ממצוייני ישיבת באיאן אין מודיעין עילית
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם ערב שבת קודש נאך חצות היום, ווען דער שטאט ירושלים האט זיך געגרייט צו שבת קודש, זענען המוני חסידי באיאן און עמך אידן זיך צונויפגעקומען ביים בית הלוויות שמגר אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד ביי די לוויה פון הבחור החשוב משה לודמיר ז"ל, א תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית וועלכער איז נאך פיר טעג פון אומאויפהערליכע זוכענישן אפגעפונען געווארן ליידער נישט בין החיים נאכדעם וואס ער איז פארשוועמט געווארן אינעם


האד' מצאנז קלויזנבורג באשיינט בר מצוה פון נכד הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל; אייניקל ביי האד' מצאנז זוועהיל
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט נעכטן זונטאג אוונט באשיינט בראש המסובים ביי די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א חתנא דבי נשיאה הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' שמואל דוד פריזענט שליט"א ראש חבורת אברכים אין קרית צאנז לעיקוואד, איידעם ביי הגה"צ רבי ישראל חיים אשרי שליט"א אב"ד שער אפרים וויליאמסבורג, די שמחה איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין בארא פארק ווא


גרויסן מעמד "חנוכת המקוה" פאר מהודר'דיגע מקוה אין נייע בליענדע ישוב קענווי איילענד
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש אין די נייע חרדישע ישוב קענווי איילענד נישט ווייט פון עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געפייערט געווארן די מעמד חנוכת המקוה פון די נייע מהודר'דיגע מקוה וואס איז געבויט געווארן פאר די תושבי העיר, לכבוד ולתפארת, על פי כל כללי ההידור וההלכה. דער מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך דער צאנטראלער ביהמ"ד תפארת שמואל דק"ק קענווי איילענד, איז א חידוש אין גרויסקייט און שיינקייט יחיד במינה, און איז פינאנצירט געווארן דורך חשוב'ע נגידים ונדיבים, וועלכע שטי


לבקר בהיכלו: האד' ממונקאטש באזוכט בהיכל ישיבתו יודעי בינה מונקאטש אין מאנסי
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין די שטאט מאנסי, וואו די חשוב'ע תלמידים פון די מונקאטשער ישיבה אין שטאט האבן געהאט די זכי' לקבל פני קדשו און צו הערן די דברי חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען. די מונקאטשער ישיבה "יודעי בינה" אין מאנסי שטייט אונטער די הדרכה פון הגה"צ רבי ירוחם פישל רבינאוויטש שליט"א, בנו יקירו פונעם מונקאטשער רבי'ן שליט"א, וועלכער באגלייט די ישיבה מיט א געוואלדיגן


התרגשות'דיגער ביקור נימוסין פון צאנזער רבי'ן שליט"א ביי הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין נעכטן פארמיטאג קורצליך נאך וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט געלאנדעט על אדמת ניו יארק איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין אין שטוב פון הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד וואו עס האבן זיך אויך פארזאמלט די ראשי הישיבה הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א און הגאון רבי דוד שוסטל שליט"א, דער רבי שליט"א האט זיך באגריסט מיט די ראשי הישיבה וועלכע האבן שלום גענומען מיט גרויס שמחה און מען האט


חסידי בעלזא מאנטריאל לעבן מיט ימי אורה ביים ביקור המרומם פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע התרוממות טוען חסידי בעלזא אין שטאט מאנטרעאל מיטלעבן די געהויבענע ימי אורה במחיצתו פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מחזק צו זיין די הונדערטער חסידים תושבי העיר. צום באזוך האט זיך אויך מצרף געווען בנו הרה"ג ר' אלימלך נתן נטע שליט"א, וועלכער איז שטארק אריינגעטון מיט די פעולות חובקות להצלחת הקהלה והמוסדות אין מאנטרעאל. די


ויחן את פני העיר: חסידי צאנז אין אמעריקא מקבל פנים געווען האד' מצאנז בשערי ניו יארק
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן חסידי צאנז נעכטן מקבל פנים געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ביים אנקומען בשערי ניו יארק, צום געהויבענעם צוויי וואכנדיגע באזוך בקרב עדת חסידי צאנז תושבי אמעריקא. ווי שוין באריכטעט, איז דער צאנזער רבי שליט"א געקומען צופארן קיין ניו יארק צו מחזק זיין די קהילות הקודש און אויפבויען די בניני הקהילה והמוסדות פון חסידי צאנז אין אמעריקע. במשך די לעצטע וואכן


הערליכע רבישע חתונה געפראוועט אין בארא פארק פון נכד האד' מקאפיטשניץ
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש אין דער שטאט בארא פארק איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די שיינע רבישע חתונה פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' בנימין פלינטנשטיין שליט"א אבד"ק קאפיטשניץ בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בית שמש זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב שמשון מאלינסקי שליט"א, נכד צדיקי בית אלעסק, די שמחה איז פארגעקומען אין די באבובער זאל אהלי פרידא אין בארא פארק, וואו א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים האבן זי


חזקו ואמצו: רירנדער ביקור חיזוק דורך האד' מזוועהיל ירושלים ביי כלא 10 מחזק צו זיין דעם אסיר ציון הב' צבי הירש פערקאוויטש
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש א רירנדער באזוך איז היינט זונטאג אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א אין טורמע נומער 10 וואו ס'זיצט איינגעשפארט הבחור החשוב צבי הירש פערקאוויטש אין ליכט פונעם שרעקליכן גזירת הגיוס. דער אסיר התורה איז ממציוני תלמידי ישיבת פאנעוויזש, און האט שוין זוכה געווען לכתרה של תורה זייענדיג מסיים כל הש"ס כולה, און ליידער איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין די פינסטערע טורמע צעל פאר'ן איינציגן זינד פון זיך מוסר נפש זיין און זיך ני


bottom of page

