האד' מטשארנאביל איז מתפלל ביים ציון פון חותנו הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל לכבוד די יארצייט
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן דינסטאג כ"ח תמוז איז כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים, וואו דער רבי האט מתפלל געווען ביים ציון פון חותנו הגה"צ חו"פ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל, במקום מנוחתו אויפן הר המנוחות. נאכ'ן עלי' לציון, איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום דערנעבנדיגן ציון הק' פון הרה"ק מבעלזא זי"ע און דארט מתפלל געווען א תפילה קצרה.
פריער אין טאג נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים בהיכל ישיבתו אין אשדוד, אינאיינעם מיט'ן מעמד חלוקת תעודות פאר די תלמידי הישיבה לרגל סיום הזמן, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן פון זיין גרויסן שווער, און פארשידענע ענינים אין עבודת השם וואס מען קען זיך אפלערנען דערפון.













