משם תצא הוראה: הערליכע מעמד התמנות פאר צוויי נייע דיינים אין ק''ק מאחנובקא בעלזא בית שמש
- לפני 3 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינעם מעמד התמנות איז פארגעקומען דעם דינסטאג אויפדערנאכט אין ק"ק מאחובקא בעלזא אין בית שמש, וואו עס זענען אויפגענומען געווארן צוויי נייע דיינים, הלא המה הרה"ג ר' יודא משה וועצלער שליט"א און הרה"ג ר' שלום שמוטץ שליט"א, וואס זענען אויסגעקליבן געווארן לעמוד ולשרת בקודש אין די בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש.
דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיט א סעודת ראש חודש און סיום מסכת מנחות אין ראם פון חברת "הוגי תורה" דחסידי מכנובקא בעלזא, און איז געפראוועט געווארן מיט דער השתתפות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
דעם מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם דורכן יושב ראש הרה"ג ר' הערשל גליק שליט"א, מנהל רוחני בישיבת מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, ביים אנהייב פון די סעודה האט מען געמאכט דעם סיום אויף מסכת מנחות, און דערנאך געהערט שיינע דרשות פון הרה"ג ר' אברהם בראנדער שליט"א מרבני הקהילה, הרב בנימין זאב כהן שליט"א בשם הנהלת המוסדות, פון די צוויי נייע דיינים, און פונעם רב הקהילה הגה"צ ר' יוסף מאיר רוקח שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש, וואס האט משבח געווען די אחדות און אהבת חברים אינערהאלב די קהילה און גערופן די אינגעלייט זיך אנצושליסן אינעם לימוד ההלכה והוראה אוועקצושטעלן נאך מורי הוראה וואס זאלן קענען באדינען דעם ציבור.
בשמחה של מצוה האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, וואס האט זיך מטריח געווען און איז געקומען זיך מיטפרייען אינעם יומא טבא לרבנן. דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן די נייע דיינים און אלע משתתפים מיט ברכות לרוב. באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן שלוחא דרבנן ר' חנוך דרענגער, סגן ראש העיר בית שמש, און די עסקנים חברי הנהלת המוסדות.
דער רבי שליט"א האט דאן משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע חשיבות פון אוועקשטעלן מורי הוראה אין א קהילה, און שטארק משבח געווען די אייגנארטיגע אחדות און פריינדשאפט וואס הערשט אין קהילת מכנובקא בעלזא אין בית שמש.
באזונדער האט דער רבי ארומגערעדט בשבחו פון בנו חביבו הגה"צ רבי יוסף מאיר שליט''א, דער רב הקהילה, זאגנדיג אז כאטש "אין אדם מעיד על בנו", אבער עס איז שוין באקאנט פאר יעדן זיינע מעשים טובים צו פארשפרייטן אהבה ורעות צווישן אידישע קינדער, דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נייע מורי הוראה און אלע בני הקהילה, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה לכבודה של תורה.
נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד, איז ערשינען הגאון הגדול רבי נתן קופשיץ שליט"א, רב פון די קריה החרדית אין בית שמש, ביי וועמען די דיינים האבן באקומען שימוש, און ער האט משמיע געווען דברי ברכה לכבודם פון די חשובע דיינים.
אויך האבן באשיינט דעם מעמד הגאון רבי קלמן ווייס שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש; הגאון רבי דוב ראבינאוויטש שליט"א מו"ץ העדה החרדית אין רמה ד', און הגאון רבי חיים לייב רובינשטיין שליט"א מרא דאתרא רמה ד'.






















































































































