טויזנטער ביים מסע הלוי' פון הגאון הגדול רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל מייסד וראש ישיבת "תפארת משה" אין מאנסי
- לפני 33 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
מיט פארקלעמטע הערצער האבן טויזנטער תלמידים, מעריצים און תושבי מאנסי אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים באגלייטן למנוחת עולמים דעם ארון פון הגאון הגדול רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל מייסד וראש ישיבת "תפארת משה" אין מאנסי וועלכער איז נעכטן דינסטאג פלוצים נסתלק געווארן אין עלטער פון אכציג יאר, איבערלאזנדיג א שווערן בראך און א טיפן חלל פאר די הונדערטער תלמידים ושומעי לקחו וואס קענען זיך נאך נישט בארואיגן פון דעם פלוצימדיגן פארלוסט.
דער סדר הלוויה האט זיך אנגעהויבן מיט אן ערנסטע אטמאספערע אינעם היכל הישיבה, וואו מען האט געהערט די יאמערליכע בכיות דורך די תלמידים באוויינענדיג דעם ראש ישיבה זצ"ל, ווען די הספדים זענען אפגעהאלטן בקצרה דורך די חשוב'ע בני המשפחה און די גדולי ראשי הישיבות שליט"א. ערשט האט מען געהערט דברי נהי וקינה פון די חשוב'ע קינדער זרע ברך ה', בנו הרב יואל שליט"א, בנו הרב יחזקאל שליט"א, און בנו מ"מ הגאון רבי נפתלי שליט"א, דערנאך האבן משמיע געווען דברי הספד הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, הגה"צ רבי חיים פלאהר שליט"א ראש כולל זכרון מנחם, הגאון הגדול רבי דוד שוסטל שליט"א מראשי ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, דער שוואגער הרה"ח ר' שמואל בירנבוים שליט"א, און צום שלוס האט מען געהערט דברי פרידה פון תלמיד הישיבה הרה"ג ר' יואל פאפנהיים שליט"א בשם אלע תלמידים.
די מספידים האבן פה אחד באוויינט די געוואלדיגע פערזענליכקייט פונעם ראש ישיבה זצ"ל, ארויסברענגנדיג אין קורצע נקודות זיין געוואלדיגע יגיעה און התמדה בתורה אן שום הפסק, זיין זעלטענע אהבה און געטריישאפט צו די בחורים ווי צו אייגענע קינדער, און זיין פעלזן-פעסטע קנאות און דביקות אין דעם ריינען דרך ההשקפה אן קיין שום פשרות וואס ער האט משריש געווען אין די תלמידים.
באזונדער האט מען על פי צוואותו פונעם ראש הישיבה ז"ל אויפגענומען בנו הרה"ג ר' נפתלי בעק שליט"א למלאות מקומו אלס ראש ישיבה, זייענדיג פקיע שמי' אין שטאט אלס אויסגערופענער תלמיד חכם, און דערצו א שייף עייל ושייף נפיק, ענוותן ושפל ברך, און שוין פילע יארן וואס ער איז מרביץ תורה פאר תלמידים.
נאך די הספדים איז די מיטה געפירט געווארן צום בית החיים אין קרית יואל, וואו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש האט משמיע געווען דברי הספד איידער דער ראש ישיבה איז געברענגט געווארן למנוחת עולמים.
ביים מסע הלוויה האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמסילא שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, אב"ד ריסקאווא, ראש ישיבת בית הלל, ראש ישיבת אלכסנדר, אב"ד טערצאל, אב"ד ווילעדניק, אב"ד סאלקא, אב"ד יאמפאלא, ראש ישיבת מונקאטש, דומ"ץ דינוב, אב"ד קהל אברכים מאנסי און הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מווויזניץ מאנסי שליט"א.

















































