מאסיווע קאנסטרוקציע צו פארגרעסערן און פארשענערן ביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר אויף אוהעל קט. אין קרית יואל
- לפני 11 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפונט זיך אויף אפרוה אין ניו העמפשיר, איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע רענאוואציע פראיעקט במעון הקודש פון אדמור"י בית סאטמאר אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, וואס ווערט פארגרעסערט און פארשענערט צו קענען אקאמאדירן דעם כסדר'דיגן פלייץ פון אידן וואס קומען אהין מקבל צו זיין עצה וברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
די דירה איז געבויט געווארן דורך די הנהלת הקהלה דקהל יטב בקרית יואל, און איז באנייט געווארן אויפ'ן יום טוב שבועות שנת תשמ"ג ווען הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע האט זיך אריינגעצויגן אהין, און האט זיך דארט אויפגעהאלטן במשך די אלע זמנים וואס דער רבי האט געוויילט אין קרית יואל.
שפעטער מיט די יארן האט מען פארגרעסערט די דירה מיט א נייעם פליגל און במשך אלע יארן איז דאס הויז געווען דער תל תלפיות וואו אלפי ישראל זענען כסדר געקומען מקבל צו זיין מברכותיו הטהורים בזמן שהצדיק בעיר.
אין די לעצטע צוואנציג יאר זינט נאכ'ן הסתלקות פונעם בעל ברך משה זי"ע איז די דירה ווייטער פארבליבן דער תל תלפיות פאר עדת חסידי סאטמאר וואס קומען כסדר מקבל צו זיין מברכות צדיק פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
מיטן צופלוס פונעם ציבור, האט זיך שוין לאנג אויסגעפעלט צו רענאווירן און פארברייטערן די דירה פון אינעווייניג, צוצוגעבן דעם נויטיגן הרחבת הדעת פאר די פילצאליגע חסידים וואס באלאגערן כסדר די דירה.
מיט א צייט צוריק האט מען דורכגעפירט די מאסיווע רענאוואציעס אויפן אונטערשטע שטאק פון די דירה, וואו מ'האט איינגערישט די פרישע שמחה-זאלן, וואס האט ערמעגליכט צו קענען אננעמען מערערע שמחות תנאים יעדע נאכט באזונדער, וואס איז אויסער די מעגליכקייט צו קענען דארט פראווען שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן.
אצינד איז מען ארויף אויפן העכערן שטאק, אויסצוברייטערן די ווארט-צימערן, סיי פאר די מענער, און עקסטער ביי די נשים צדקניות, מיט ברייטער פלאץ וואו ביז היינט, און אזוי מיט אלע אנדערע איינריכטונגען וואס פעלט זיך אויס, מערערע ביה"כ, מאנטל-צימער און נאך.
עס זענען דערביי אריינגענומען געווארן די זייטיגע צימערן פון די דירה וואס איז שוין אזויפיל יארן נישט אין באנוץ, און ווערט אצינד אריינגענומען אלס טייל פון די ווארט-צימערן מיט ברייטער פלאץ צו ווארטן אין די רייע צו קענען אריינגיין בקודש פנימה.
אין די זעלבע צייט ווערן גענצליך געטוישט די אריינגענג צו די אויבערשטע שטאק פון די דירה. אין צענטער פון די אויבערשטע שטאק ווערן אינסטאלירט צוויי פראכטפולע טויערן, וואס וועט זיין דער צענטראלער אריינגאנג בלויז פאר די מענער, ביט א באזונדערן אריינגאנג פאר פרויען פון די אנדערע זייט דירה.
עקסטער ווערט אהערגעשטעלט אויפן אויבערשטע שטאק דער ביהמ"ד פאר די תפלות בימות החול, תפלת מנחה און בעיקר תפלת מעריב וואס דער רבי שליט"א דאוונט דארט בקביעות איידער אדער אינמיטן געזעגענען דעם ציבור, וואס ווערט געווענליך מיטגעהאלטן דורך א גרויסן ציבור.
דער ביהמ"ד וואס האט ביז היינט זיך געפונען אויפן אונטערשטע שטאק פון די דירה, ווערט אצינד אהערגעשטעלט אויפן אויבערשטע שטאק, א שיין גרויס לופטיגער ביהמ"ד, אויסגעשטאט מיט ספרים און נאך באקוועמליכקייטן.
די ארבעט ווערט דורכגעפירט געשיקט און געשווינד, אז ווען דער רבי שליט"א וועט זיך אומקערן אהיים קיין ניו יארק, וועט די דירה מיט די נייע פארברייטערטע איינריכטונגען שוין שטיין פולקאם גרייט בס"ד.







