top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנטווערפן: שמחת הבר מצוה פון נכד האד' מפשעווארסק משולב מיט יערליכע מעמד צאתכם לשלום

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: רפי לערער, שרוליק ק,JDN

הונדערטער חסידי פשעווארסק און תושבי אנטווערפן האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט"א, א זון פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א, איידעם פון הרה"ג רבי שמואל מאיר שטויבער שליט"א, די שמחה איז געווען משולב מיטן מעמד "צאתכם לשלום" ביי וועלכן מען האט זיך געזעגנט פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א איידער דער רבי לאזט זיך ארויס אויף אפרוה. 


שוין אנגעהויבן פון דעם פארלאפענעם שב"ק מברכים חודש מנחם אב האט זיך אנגעזען א גרויסן צאל געסט וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם אונטערשטן שבת בעפאר דער רבי לאזט זיך ארויס אויף די לענגערע זומער-וואכן למנוחת נפשו הטהורה.


זונטאג אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחה אין בית המדרש הגדול פשעווארסק. ביים סעודת מצוה האבן באשיינט דעם אויבן-אן פילע רבנים ודייני העיר, און באזונדער האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אין אנטווערפען. 


אין לויף פון די שמחה האט מען זיך צוגעהערט צו די דברי ברכה פונעם מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, און באזונדער האט מען מכבד געווען דער משפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א פון ירושלים, א חברותא און נאנטער ידיד פונעם בעל שמחה הרה"צ רבי מאיר נתן שליט"א, וועלכער האט געהאלטן א דרשה נפלאה און משלב געווען עניני בר מצווה מיט עניני דיומא שטייענדיג אין די ימי בין המצרים.


באלד דערנאך האט דער בר מצווה בחור געזאגט דעם פשעטיל כזקן ורגיל בטוב טעם, און אינמיטן האט מען אריינגעזונגען כנהוג. אויך דער פאטער, הרה"צ רבי מאיר נתן שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן באשעפער אויף אלע חסדים ביז אהער.


נאכדעם וואס דער בר מצוה בחור האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די יערליכע דברות קודש ודברי פרידה, אויף וואס די חסידים קוקן ארויס א גאנץ יאר בכליון עיניים. 


בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א מרחיב געווען בדיבורו מיט פלאמיגע דברי התעוררות בעניני שמירת עיניים, און ספעציעל נאכגעברענגט פונעם ספר "טהרת הקודש" אז דורך היטן די אויגן כראוי קען מען פויעלן גרויסע ישועות און זוכה זיין צו העכערע השפעות, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש לכל הקהל לקראת די זומער-וואכן.


נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך עקסטער געזעגענט מיט'ן מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א, און מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א. צום שלוס האבן די חסידים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א פון ביהמ"ד בשירה וזמרה, מיט א הייסע תפילה אז דער רבי זאל פארן און צוריקקומען געזונטערהייט און מיט פרישע כוחות, וקווי ה' יחליפו כח. 


היינטיגן דינסטאג וועט דער רבי שליט"א פארלאזן ביתו נאווה קודש אין אנטווערפן על אם הדרך קיין דייטשלאנד, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע זעקס וואכן למנוחת הנפש אין שטאט עסען ווי באריכטעט.


דעם מאנטאג האט זיך שוין ארויסגעלאזט אין וועג א גרויסער טראק-לאוד מיט די טויזנטער ספרים פונעם רבינ'ס פריוואטער אוצר הספרים, אינעם וועלכן דער רבי שליט"א וועט עוסק זיין בתורה וויילנדיג אויף קור.



bottom of page