top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים האבן געפראוועט הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע אין שטעטעלע לודמיר אין אוקריינע

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאס שטעטל לודמיר אין אוקראינע איז די פארלאפענע וואך, כ"ב תמוז, פארוואנדלט געווארן אין אן אבן שואבת, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצוות תבל האבן געפראוועט די יומא דהילולא קדישא פונעם צדיק נשגב הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע הי"ד, באתרא דמר, פוקד צו זיין דעם ביים הייליגן מקום מנוחה פונעם בעל ההילולא.


די גאנצע הילולא קדישא איז אנגעפירט געווארן מיט גרויס סוקסעס דורך די "הכנסת אורחים לודמיר" אונטער די פירערשאפט פונעם באקאנטן עסקן הרב פינחס שאפער שליט"א מחשובי חסידי פינסק קארלין, וועלכער האט אריינגעלייגט כוחות עצומות אהערצושטעלן אלע באדערפענישן פאר די הונדערטער געסט. אינעם רחבות'דיגן "מלון לודמיר" האטעל איז געווען צוגעשטעלט באקוועמע אכסניות פאר די מאסן חסידים, און אינעם גרויסן זאל זענען סערווירט געווארן רייכע סעודות כיד המלך דורכאויס דעם גאנצן מעת לעת פון די יארצייט.


צווישן די פילע עולי רגל וועלכע זענען אנגעקומען דורכאויס דעם יום ההילולא, האבן זיך אנגעזען פילע חשובע אייניקלעך פונעם בעל ההילולא, ובראשם כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקודינוב שליט"א וואס איז דאס ערשטע מאל ארויסגעפארן פוקד צו זיין דעם ציון הק' ביומא דהילולא קדישא, ווי אויך די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א נאך פילע בנן של קדושים.


כנהוג מקדמת דנא האבן די מתפללים ביים ציון זיך אויסגעטון די שיך מחמת גודל קדושתו פונעם צדיק, און הימל-שפאלטנדע בכיות און הארציגע תפילות האבן אפגעקלינגען אינעם אוהל א גאנצן מעת לעת.


אינעם "בית רבינו" - ביתו נאווה קודש פונעם הייליגן קארלינער, וואס איז הערליך און פראכטפול רענאוואט געווארן אלס פולקאמע ביהמ"ד מפואר, האבן די מתפללים אפגעראכטן די תפילות דורכאויס די יומא דהילולא. באזונדער האבן די עסקנים צוגעשטעלט פערד און וועגענער צו פירן די מתפללים פון די אכסניות צום ציון, וואס האט אראפגעלאזט אן אמאליגן פארצייטישן חן אויפן גאנצן שטעטל.


דער קלימאקס פונעם געהויבענעם טאג איז געווען די סעודות ההילולא וואס זענען אפגעראכטן געווארן מיט שיינע דרשות און סיפורי קודש פונעם בעל ההילולא זי"ע. דער ערשטע סעודת הילולא איז אפגעראכטן געווארן שוין בליל ההילולא, און לעת נעילת שער, אין טאג פונעם יארצייט, איז אפגעראכטן געווארן דער צענטראלער "נעילת ההילולא" בראשות די אייניקלעך, האדמורי"ם מזוועהיל און קוידינוב שליט"א, ביי וועלכן מען האט געזונגען די הייליגע קארלינער ניגוני דביקות, און די אדמורי"ם האבן משמיע געווען דברי תורה במשנתו פונעם בעל ההילולא, און דערציילט עובדות פונעם הייליגן רבי שלמה קארלינער זי"ע, וואס שמו הגדול איז נערץ ונקדש אין די גאנצע וועלט.


דער שטראם קיין לודמיר האט נאך אנגעהאלטן אין די טעג נאך די יארצייט מיט מערערע שיירות חסידים פון פארשידענע מקומות פון אלע עקן וועלט, וועלכע זענען אלע אהיימגעפארן אנגעלאדנט מיט פולע הויפענס ישועות ורפואות, וכל מילי דמיטב.



bottom of page