top of page
האד' מאלכסנדר ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע פארן ביהמ"ד הגדול והחדש אלכסנדר אין בני ברק
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי אלכסנדר אין אמעריקא פיבערן מיט רגשי התעלות, כי הנה מלכך יבוא לך, זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ''ק האדמו''ר מאלכסנדר שליט''א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך הבעל"ט, ווען דער רבי שליט״א קומט צו פארן פון ארץ ישראל כדי אדורכצופירן א גראנדיעזע אונטערנעמונג לטובת די אויפבוי פונעם בנין ביהמ''ד הגדול אלכסנדר אין בני ברק. דאס קומט אין צייט וואס מען גרייט זיך שוין אט אט איינצוווארפן די עקזיסטירנדע ביהמ"ד, גרייט צ


רבוא רבבה ירננו בקול: היסטארישער סאטמארער חתונה וועט אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין נעווי יארד"
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג בלויז זעקס וואכן אפגערוקט פון דער היסטארישער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עלטסטע אייניקל ביי בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די שמחת החתונה וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אין צענטער פון שטאט וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישער "דאגגעל גרינהאוז קאמפלעקס" אינעם ברקולין נעווי יארד, וואס באשטייט פון א מאסיווע גרויסקייט פון איבע


ויעקב נסע סוכתה: הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א רעכט אפ באזוכן בסוכות נדיבים בעם לטובת מפעל עונג שבת ויו"ט
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם חול המועד האט כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אפגעראכטן עטליכע ביקורי הוד אין די סוכות פון לעגענדארע פילאנטראפן ביים חרדי'שן אידנטום וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט סוכות בקרתא דשופריא ירושלים עיה"ק, זייענדיג מעורר די נדיבים בעם צו נעמען א חלק אין די וועלט-בארימטע מפעל צדקה וחסד "עונג שבת ויו"ט". הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז געווארן באגלייט דורכ'ן בארימטן שר החסד הרב אפרים שטערן שליט"א יו"ר מפעל עונג


יומא דהילולא בשילוב מיט שמחת בר מצווה בחצר הקודש שידלובצא | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש לרגל די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל להבת דוד מביאלא זצוק"ל האט חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינאיינעם מיט די בר מצווה פון א אייניקל, א זון פון זיין איידעם הרב פנחס יחיאל לעמבערגער שליט"א. זון פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, אין ביהמ"ד שידלובצא אין ירושלים.


האד' ממונקאטש וועט אפפליען קיין לאנדאן צום חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית אין לאנדאן הבירה גרייט זיך מיט רגשי קודש מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מזקני וגדולי האדמורי"ם בעיר בארא פארק, וועלכע ערווארטעט אויף א בליץ באזוך אין לאנדאן, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זוהן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן, וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין לאנדאן. דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן צו די שמחה, ווי ער האט פארשפראכן פארן דיין ז"ל בעפאר זיין פריצייטיגע פטיר


מאסן דעמאנסטראציע דורך רבבות עמך בית ישראל בחוצות מאנהעטן אקעגן דעם גזירת הגיוס בארה"ק | ברייטע דעקונג
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך המקדש שמו ברבים! דער טאג 'זונטאג פרשת נח' וועט פאראייביגט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית, מיטן אומבאשרייבליכע קידוש השם וואס האט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, פון די רוישיגע גאסן אין מאנהעטן, וואס זענען געווען שווארץ פון רבבות עמך בית ישראל וואס זענען ארויסגעקומען אויסצושרייען דעם וויי געשריי קעגן די שוידערליכע רדיפת הדת פון די רשעי הציונים אקעגן אחינו בני ישראל מיט די לעצטיגער ביטערע גזירה פו


האד' מצאנז איז מנחם אבל ביי הגרי"ד גראסמאן רב מגדל העמק; ביקור חיזוק אין ארטיגע ישיבה לקירוב רחוקים
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ. היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין מגדל העמק וואו דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי הגאון המפורסם רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א דער רב פון מגדל העמק און זיינע ברודער, וועלכע זיצן שבעה נאך די פטירה פונעם ברודער הגה"ח ר' בנציון גראסמאן ע"ה. דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן א משך זמן וואו מען האט ארומגעשמועסט בשבחו פונעם חשובן נפטר. זייענדיג דארט אין מגדל העמק האט הרב גראסמאן אויסגענוצט


נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ: יום טוב סוכות בחצה"ק באבוב 45; באשיידענעם מעמד חנוכת ביהמ"ד פארגעקומען ביים נעילת החג
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש די געהויבענע טעג פון סוכות, שמיני עצרת און שמחת תורה זענען אדורך מיט גרויס התרוממות הנפש אין חצר הקודש באבוב 45. די שולחנות הטהורים בימי חול המועד אין די גרויסע סוכה אויפן שטח הענקי וואס איז צוגעשטעלט געווארן בטוב עין דורך קהל צאנז קלויזנבורג, האט געצויגן טויזנטער תשובי בארא פארק, אין צוגאב צו די פילע חסידים און אורחים מחוץ לעיר וועלכע האבן איבערגעפילט די סוכה מידי לילה בלילה, און פילע זענען געצווינגען געווארן צו פארבלייבן אינדרוי


גרויס ערווארטונג אין לאנדאן צום גרויסן מודזיצער חתונה; געהויבענעם באזוך פון האד' ממודזיץ לכבוד השמחה במעונו
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א רגש נלהב גרייטן זיך חסידים און אוהדים לבית מודזיץ אין עיר הבירה לאנדאן, מקבל פנים צו זיין פני מלכם הוד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכע וועט היינט מופיע זיין בהדרו אין שטאט לרגל די גרויסע שמחה במעונו, די שמחת החתונה פון אן אייניקל. בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה, נכדו חביבו פונעם רבי'ן, החתן משולם זושא שיף א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוי


פרייליכע שמחת הפארשפיל פון נכד ראש ישיבת וויזניץ פארגעקומען בצל האד' מוויזניץ אין מושב אורה
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בביתו נאווה קודש פון מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין די אכסניא אין מושב "אורה" בגלילות ירושלים איז נעכטן מוצאי שבת קודש געפראוועט געווארן די שמחת הפארשפיל לכבוד די חתונה פון אן אייניקל ביי הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, אן אייניקל ביי הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, דער איז א זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, חתן כ"ק אדמו"ר מזידטשוב שיקאגא זצ"ל, די כלה איז אן אייניקל פון כ"ק אד


שמחה כפולה בחצה"ק באיאן: שמחת החתונה און בר מצווה פון נכדי האד' מבאיאן בני הגה"צ אבד"ק באיאן ארה"ב שליט"א
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות דקדושה נעמט ארום אלפי חסידי באיאן אלוועלטליך, ווען מען גרייט זיך מיט געהויבענע געפילן צו א קייט פון ימי שמחה ואורה בבית המלוכה. שמחה גוררת שמחה, וועט געפראוועט ווערן צוויי שמחות במעונו פון הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב דחסידי באיאן אין אמעריקא בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א. צום ערשט וועט פארקומען די שמחת הבר מצווה פון זיין זון הבחור כמר יעקב שמש


ויסעו ויחנו: דעלעגאציע גדולי ישראל ערווארטעט אין לאס אנדזשעלעס און קליוולאנד לטובת "קרן עולם התורה"
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלגענדיג א רייע היסטארישע מסעות וואס די גדולי הדור בארץ הקודש האבן אונטערגענומען אין די לעצטע אנדערטהאלבן יאהר, בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבא צו אלע וועלט עקן אריינגערעכנט אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פאריז און אפילו אין די ווייטע מרחקים קיין דרום אמעריקא אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים לטובת די קרן עולם התורה וואס שטעלט צו די נויטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, איז באשטעטיגט געווארן אז די גדולי ה


תִּתְּנֵנוּ לְשֵׁם וְלִתְהִלָּה • אלפי חסידים און געסט מיטגעהאלטן יום טוב סוכות זמן שמחתינו אין באבובער הויף
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע יום טוב סוכות און שמחת תורה איז פאראיבער בחצר הקודש באבוב. היי יאר איז געבראכן געווארן א רעקארד ציפפער פון געסט, וואס זענען געקומען צו פארן אויף די צווייטע טעג סוכות, ווען פון ארץ ישראל און אייראפע אליין זענען געקומען צו פארן העכער 600 חסידים, אויסער די שווערע הונדערטער געסט פון די שטעט איבער ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע. ובראשם האבן זיך אנגעזעהן די חתני דבי נשיאה פון הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל וואס זענע


טויזנטער מיטגעהאלטן מעמד הקפות שניות בצילו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים
פרייטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער אידן, חסידים ואנשי מעשה האבן דעם מוצאי יום טוב מיטגעהאלטן דעם גרויסארטיגן מעמד 'הקפות שניות' בראשות פונעם פאר הדור כבוד הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען בתופים ובמחולות אין די גרויסע היכל הטישן פון חצר הקודש פינסק קארלין אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים. ארום דעם גאנצן היכל איז אויפגעשטעלט געווארן הויעכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון אלפי ישראל וואס האבן אנטייל גענומע


שטארקע דברי חיזוק פון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האד' מגור ביי איבערראשנדע באזוך אין ישיבת גרודנא דעם חוה"מ
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר באדייטענדע און מאכטפולע דברי חיזוק איז געהערט געווארן פון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א דעם פארלאפענעם חול המועד סוכות העעל"ט ביים שמחת בית השואבה אין היכל ישיבת גרודנא, פון די ליטווישע בני תורה קרייזן, תלמידי הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצ"ל. ביים גרויסארטיגן שמחת בית השואבה אין היכל הישיבה אין אשדוד, בהשתתפות הונדערטער תלמידי הישיבה בראשות דעם ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה שמידע שליט"א, איז אי


האד' מויזניץ ערהאלט פערזענליכע טעלפאון רופן פון די משכונות פאמיליעס נאכן באפרייאונג מוצאי שמחת תורה
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש וויזניץ איז מיט א שמחה מיוחדת געפייערט געווארן די באפרייאונג פון די לעצט פארבליבענע פארכאפטע משכונות אין עזה, וועלכע האבן די לעצטע צוויי יאר, זינט די מלחמה אויסברוך שמיני עצרת שנת תשפ"ד געשמאכטעט תחת צוק ומצוק אונטער די אראבישע רוצחים. דער וויזניצער רבי שליט"א האט אנגעקניפט א נאנטע קשר מיט א טייל פון די משפחות פון די פארכאפטע, נאכדעם וואס במשך די לעצטע צוויי יאר האט ער זיי שטענדיג מחזק געוווען אין די שווערע תקופות


חסידי באבוב-45 פרייען זיך מיט בשמחתו הכפולה פון האד' מבאבוב-45 ביי שמחת התנאים פון חתן כלה אייניקלעך פון רבי'ן
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי באבוב-45, האבן אנגעהויבן דאס יאר, מיט די שמחה הגדולה, די טאפעלטע שמחה בחצר הקודש, דער קישור החיתון פון חתן וכלה, ביידע אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב - 45 שליט"א, וואס איז געשלאסן געווארן בשטומ"צ בסימן טוב ובמזל טוב. דער שידוך איז געשלאסן געווארן צווישן די צוויי זוהן פון רבי'ן שליט"א, הרה"צ שליט"א וואס האט ביי יעדן ארויסגעברענגט רגשי גיל ושמחה, ווען עס איז נכנס לברית האירוסין החתן המופלג הרב נפתלי צבי אונגער שליט"א, ו


אבד חסיד מן הארץ: נפטר געווארן המשפיע הגאון החסיד רבי מנחם בן ציון גראסמאן זצ"ל
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פטירה הגאון החסיד רבי מנחם בן ציון גראסמאן זצ"ל, משפיע רוחני אין די ליובאוויטשער און ברסלובער קרייזן, בנו בכורו פון הגאון הגדול רבי ישראל גראסמאן זצ"ל ראש ישיבת פינסק קארלין, וועלכע איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 80 יאהר נאכן ליידן פון א סטראוק ל"ע. די חשובע נפטר האט אינאיינעם מיט זיין יונגערע ברודער הגאון המפורסם רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א געגרינ


שמחת הבר מצווה פון אייניקל ביי האד' מוויזניץ זוהן פון בנו בכורו אבד"ק קרית וויזניץ געפראוועט מיט שמחת בית השואבה
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם מוצאי שבת חול המועד סוכות ביים שמחת בית השואבה בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק איז אפגעראכטן געווארן א הערליכע שמחה אינעם רבינס הויף, די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הב' הבר מצווה זוהן פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א וואס טראגט שוין דעם נאמען נאכן זיידן הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, משה יהושע בן ר' חיים מאיר. טויזנטער חסידים האבן מיטגעהאלטן די שמ


רבוא רבבות ירננו בקול: טויזנטער חסידי גור מיטגעהאלטן יום טוב שמיני עצרת בצל הקודש אין ירושלים
דאנערשטאג בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט התרוממות הנפש האבן רבבות חסידי גור מיטגעהאלטן דעם יום טוב שמחת תורה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער האט ב"ה מיטגעהאלטן אלע תפילות און די הקפות באנפין נהירין. בליל התקדש החג האט דער רבי פארגעזאגט אתה הראת כמנהג אדמור"י בית גור זייענדיג פון די איינציגע זמנים אין יאהר וואס די רבי'ס האבן געדינט אלס שליח ציבור. ביי אלע הקפות סיי ליל שמיני עצרת, די הקפות באטאג און הקפות שניות איז די רבי געטאנצ


bottom of page

