האד' מצאנז איז מנחם אבל ביי הגרי"ד גראסמאן רב מגדל העמק; ביקור חיזוק אין ארטיגע ישיבה לקירוב רחוקים
- sfbechatzros
- 20 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ.
היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין מגדל העמק וואו דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי הגאון המפורסם רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א דער רב פון מגדל העמק און זיינע ברודער, וועלכע זיצן שבעה נאך די פטירה פונעם ברודער הגה"ח ר' בנציון גראסמאן ע"ה. דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן א משך זמן וואו מען האט ארומגעשמועסט בשבחו פונעם חשובן נפטר.
זייענדיג דארט אין מגדל העמק האט הרב גראסמאן אויסגענוצט די געלעגנהייט און פארבעטן דעם רבי'ן צו באזוכן די ישיבה בנשיאותו, וואו עס ווערן נתחנך צענדילגער ערליכע בחורים אונטער זיין השפעה, דער רבי האט צוגעשטימט און איז אריבער צו די ישיבה וואו ער האט משמיע געווען קורצע דברי חיזוק וברכה פאר די בחורים, און דערנאך אנגעוואונטשן יעדן באזונדער. ביים ארויסגיין האבן די עסקנים ארומגעוויזן דעם רבי'ן אין די אפיסעס פון די קירוב ארגאניזאציע'ס בנשיאותו פון הרב גראסמאן און דער רבי האט אנגעוואונטשן אלע עוסקים במלאכת הקודש.

















תגובות