top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תִּתְּנֵנוּ לְשֵׁם וְלִתְהִלָּה • אלפי חסידים און געסט מיטגעהאלטן יום טוב סוכות זמן שמחתינו אין באבובער הויף

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א הערליכע יום טוב סוכות און שמחת תורה איז פאראיבער בחצר הקודש באבוב. היי יאר איז געבראכן געווארן א רעקארד ציפפער פון געסט, וואס זענען געקומען צו פארן אויף די צווייטע טעג סוכות, ווען פון ארץ ישראל און אייראפע אליין זענען געקומען צו פארן העכער 600 חסידים, אויסער די שווערע הונדערטער געסט פון די שטעט איבער ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע. ובראשם האבן זיך אנגעזעהן די חתני דבי נשיאה פון הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל וואס זענען געקומען צו פארן לחסות בצל הקודש פון האדמו"ר מבאבוב, גיסו הגדול הגה"צ אבד"ק קרית באבוב שליט"א און גיסו הגה"צ דומ"צ באבוב לאנדאן שליט"א.


טראץ וואס די עסקנים האבן אויפגעשטעלט הויכע פארענטעשס פון אלע פיר זייטן אין ביהמ"ד, האט זיך געשפירט א שטארקע געדרענג אינעם היכל און אלע ארומיגע פליגלען וועלכע זענען געווען גענצליך איבערגעפילט עד אפס מקום ממש.


ליל שמחת תורה האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין קדישין לכבודו של תורה ביז'ן זמן עלות השחר.


ביום שמחת תורה נאך מוסף איז אזוי ווי אין די לעצטע עטליכע יאר פארגעקומען א מעמד באגלייטן ווי טויזענטער חסידים יונג און אלט באגלייטן אהיים דעם רב שליט"א בשירה וזמרה.


ביי נעילת החג האט דער רב ארויסגעברענגט די חיוב הכרת הטוב פאר די צענדליגע עסקני הקהילה וואס האבן ארייגנעלייגט שווערע כוחות במשך די גאנצע חודש תשרי אנגעהויבן פון די עסקני הביהמ"ד וואס האבן צוגעשטעלט אלעס אין ביהמ''ד, אריינגערעכנט די זיץ פלעצער די גאלאריע און פארענטשעס און אויך די קאווע שטוב וועלכע האט דעם חודש תשרי אליין צוגעשטעלט איבער 60 טויזענט קאוועס פארן ברייטן ציבור.


באזונדער האט דער רב שליט"א באדאנקט די געטרייע עסקנים פון הכנסת אורחים וואס האבן צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די הונדערטער געסט במשך די ירח האיתנים.


מוצאי יו''ט נאכן באגלייטן און דער מעמד ברכת הקודש זענען די הונדערטער געסט אריין אל הקודש פנימה זיך געזעגענען איידערן אהיימפארן למקומות מושבותיהם. דער רב האט אויפגעטרעטן מיט א ווארעמע שמועס און געזאגט אז ער האט אינזינען יעדן חסיד באזונדער און וועט איבערקוקן אלע קוויטלעך בכובד ראש זייענדיג אויף אפרוה אין מאנסי און מעורר געווען זיך צו האלטן באחדות און זיך צאמקומען אין די שטיבלעך. דאן זענען אלע חסידים אדורך ביים רב שליט"א באקומען פון די ניס מנוי סוכה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page