top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מויזניץ ערהאלט פערזענליכע טעלפאון רופן פון די משכונות פאמיליעס נאכן באפרייאונג מוצאי שמחת תורה

  • sfbechatzros
  • 16 באוק׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בחצר הקודש וויזניץ איז מיט א שמחה מיוחדת געפייערט געווארן די באפרייאונג פון די לעצט פארבליבענע פארכאפטע משכונות אין עזה, וועלכע האבן די לעצטע צוויי יאר, זינט די מלחמה אויסברוך שמיני עצרת שנת תשפ"ד געשמאכטעט תחת צוק ומצוק אונטער די אראבישע רוצחים.


דער וויזניצער רבי שליט"א האט אנגעקניפט א נאנטע קשר מיט א טייל פון די משפחות פון די פארכאפטע, נאכדעם וואס במשך די לעצטע צוויי יאר האט ער זיי שטענדיג מחזק געוווען אין די שווערע תקופות.


דעם פארגאנגענעם הושענא רבא ווען דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש, נאכדעם ווען מען האט שוין געהערט די בשורה איבער די באפרייאונג פון די פארכאפטע משכונות, האט מען אויפגענומען דעם רבי'ן ביים טיש מיטן פרייליכן ניגון 'מוציא אסירים ופודה ענוים'. שפעטער ביי די דברות קודש האט דער רבי ארומגערעט מיט גרויס שבח והודאה צום אייבערשטן אז מען האט ב"ה ענדליך באפרייט די משכונות. במיוחד האט דער רבי באטאנט אז צוויי פון די פארכאפטע משכונות - פון וועלכע ער האט אנגעקניפט גאר א פערזענליכע קשר מיט זייערע עלטערן - האט ער אינזינען געהאט א יעדן טאג ביים דאווענען, און אויך געגעבן א עקסטערע טבילה פאר זיי א יעדן טאג, און געגעבן צדקה פאר זייער וועגן.


דער רבי שליט"א האט מיט רירענדע ווערטער אויסגעפירט, אז יעצט ווען עס ווערט מקויים דעם 'ושבו בנים לגבולם' אז די פארכאפטע קומען צוריק אהיים נאכן ליידן לאנגע חדשים אונטער אומדערטרעגליכע צער און פיין, זאל דאס אויך מעורר רחמים זיין אויבן אין הימל אז מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון דעם פינסטערן גלות אין וועלכע מיר זענען שוין איינגעשפארט קרוב צו 2000 יאר, און מיר זאלן שוין בקרוב הערן דעם שופר של משיח בהתגלות כבוד שמים עלינו.


ביים "נעילת החג טיש" מוצאי שמחת תורה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש שפעטער ווי געווענליך, דער רבי שליט"א האט דערויף מסביר געווען די אורזאך פונעם פארשפעטיגונג, צוליב דעם וואס ער האט ערהאלטן טעלעפאון רופן פון די צוויי פארכאפטע משפחות וועלכע האבן אנגערופן דעם רבי'ן תיכף מוצאי יום טוב זיך באדאנקען אויף די אומבאשרייבליכע חיזוק וואס דער רבי האט זיי געגעבן במשך די לאנגע תקופה ביזן ענדגילטיגן באפרייאונג.


דער רבי שליט"א האט ברוב ענוותנותו ארויסגעברענגט, אז ער ווייסט נישט וויפיל זיינע חיזוק רייד האבן אויפגעטון פאר די באפרייאונג זעלבסט, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דאס האט זיי אריינגעבלאזן אומבאשרייבליכע חיזוק הנפש צו זיך האלטן שטארק אין די שווערע תקופה, און דאס איז א לימוד פאר יעדן, צו זאגן א גוט ווארט און מחזק זיין אן אנדערע איד בעת צרה אפילו עס זעהט נישט אויס אז זיינע ווערטער וועלן עושה רושם זיין.


צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א דערציילט איבער די געוואלדיגע קידוש שם שמים וואס האט זיך אפגעשפילט בעת די אויפנאמע פון די עלטערן פאר זייערע פארכאפטע קינדער, ווען איינע פון זיי האבן אויסגעשריגן הויך 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד'. אזוי אויך האבן איינע פון די עלטערן געהאט געקויפט בעפאר סוכות א סעט ד' מינים ספעציעל פאר זייער פארכאפטע זוהן, כאטש זיי האבן דעמאלטס נאכנישט געהאט די מינדערסטע השגה ווען די באפרייאונג גייט זיין, אבער דאך האט ער דאס געקויפט האבנדיג די גרעסטע מאס אמונה ובטחון אז זייער זון ווען באפרייט ווערן נאך אינמיטן יום טוב און קענען שאקלען מיט די ד' מינים, און טאקע בעצם יום הושענא רבא אז די טאטע געקומען צום קבלת פנים און אויפגענומען זיין זוהן מיט די ד' מינים אין די הענט.


דער רבי האט אויסגעפירט אז דער זכות פון די געוואלדיגע קידוש שם שמים זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל. און נאכן דברות קודש האט דער גאנצע ציבור אנגעהויבן צו זינגען מיט גרויס עקסטאז און פרייד 'חסדי ה' כי לא תמנו''.


עקסטער ווערט יעצט באקאנט צווישן חסידי ויזניץ, אז איינע פון די משפחות פון די באפרייטע משכונות וועלכע האט אנגערופן דעם רבי'ן מוצאי יום טוב, האט באטאנט פארן רבי'ן אז מיט א האלב יאר צוריק בעפאר יום טוב פסח העל"ט האט אים דער רבי שליט"א צוגעזאגט אז אויף יום טוב סוכות וועט ער שוין זיין פאראייניגט מיט זיין פארלוירענע זוהן, און אצינד איז דעם רבינס הבטחה ווירקליך מקויים געווארן.

תגובות


bottom of page