top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ: יום טוב סוכות בחצה"ק באבוב 45; באשיידענעם מעמד חנוכת ביהמ"ד פארגעקומען ביים נעילת החג

  • sfbechatzros
  • 20 באוק׳
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די געהויבענע טעג פון סוכות, שמיני עצרת און שמחת תורה זענען אדורך מיט גרויס התרוממות הנפש אין חצר הקודש באבוב 45. 


די שולחנות הטהורים בימי חול המועד אין די גרויסע סוכה אויפן שטח הענקי וואס איז צוגעשטעלט געווארן בטוב עין דורך קהל צאנז קלויזנבורג, האט געצויגן טויזנטער תשובי בארא פארק, אין צוגאב צו די פילע חסידים און אורחים מחוץ לעיר וועלכע האבן איבערגעפילט די סוכה מידי לילה בלילה, און פילע זענען געצווינגען געווארן צו פארבלייבן אינדרויסן צוליב דעם געדרענג אין די סוכה.


אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען געקומען צופארן הונדערטער געסט פון ארץ ישראל, אייראפע און קאנאדע, די וועד הכנסת אורחים האט ארויסעדינגען עטליכע בנינים בשכינות פונעם ביהמ"ד הגדול צושטעלן אש"ל מלא פאר אלע געסט.


דער ביהמ"ד איז מייסטערהאפטיג אהערגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים, הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע פיר זייטן, רינגס דעם היכל. די דריי גאלעריען אויפן שטאק זענען געווען מיוחד פאר די נשות החסידות.


ביים זמן כניסת החג האט מען געשפירט א געדרענג, ווען דער ביהמ"ד איז שוין געווען איבערגעפילט על כל גדותיו. נאך מעריב, ווען מען האט געזען אז עס קען חס ושלום צוקומען לידי סכנה, האט הרב צבי ארי' ריינהאלד הי"ו אויסגערופן אז אלע קינדער פון די הויכע כיתות וועלכע זענען געשטאנען אויף די העכערע שטאקן פון די פארענטשעס זאלן תיכף אראפגיין און אזוי לינדערן דעם געדרענג.


די הויכפונקט פון יום טוב איז געווען ביי די נעילת החג טיש מוצאי יום טוב, ווען עס איז באותו מעמד אפגעראכטן דעם מעמד הודאה לרגל די חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש, כאטש וואס מען האט ארויסגעקוקט צו פראווענען א גרויסע מעמד חנוכת הבית אויף א גרויסן פארנעם, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו, אפצורעכטן די חגיגה אויף א באשיידענעם פארנעם, זייענדיג חושש פון עינא בישא.


די הודעה איבער די חגיגה איז געמאלדן געווארן הערשט די צווייטע טאג יום טוב צופרי נאכן ליינען ווען הרב בן ציון יוסף ריינאהלד האט אויסגערופן אז מען וועט פייערן דעם חנוכת ביהמ"ד ביים טיש נעילת החג.


דער טיש איז געווען באגלייט בתופים ובמחולות להודות ולהלל, תיכף ביים אנהייב פון די ריקודין האט מען אויסגעבראכן אין געזאנג מיטן רבינס ניגון "בואו שעריו בתודה", א סקרוך איז דורך אין די ביינער ווען מען האט געזינגען ברוב רגש דעם ניגון חסדי השם כי לא תמנו, נאך צוואנציג יאר וואס מען איז זוכה צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, שטייענדיג נאך א פולע ירח האיתנים וואס מען האט געפראוועט אינעם נייעם ביהמ"ד, די הרגשים זענען געווען עד לב השמים ווי די ציבור האט זיך געהויבן העכער און העכער ברגשי הודאה.


דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיט בנו חביבו הרה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א און הרב שמעלקא שלאף שליט"א, די ראשי וועד קרן הבנין.


דער קלימאקס איז געווען ווען די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש ברגשי שבח והודאה על שהיגיענו עד הלום, וואו דער רבי האט זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן במסירות נפש יומם ולילה לא ישבותו אהערצושטעלן דעם בית הגדול והקדוש.


די רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע בליה און וואקס און די דחקות וואס האט געהערשט יום טוב אין ביהמ"ד, און זיך אויסגעדריקט בדרך צחות, אז ווי מען זעט פעלט שוין אויס א נייע ביהמ"ד. דער רבי האט אויך פארשפראכן אז מען וועט נאך בקרוב הימים מרחיב זיין דעם בנין מיטן שלב ב' פונעם פראיעקט.


דערנאך האט די רבי שטארק מעורר געווען דער ענין פון קביעות עיתים לתורה, און געזאגט אז מען גייט מחנך זיין א נייעם היכל התורה, דער חנוכת הבנין ברענגט א התחדשות, און דער עולם זאל זעהן מחזק צו זיין די קביעת עיתים לתורה, און קומען דייקא אין ביהמ"ד לערנען מיט א חברותא, מדי יום ביומו חק ולא יעבור.


דערנאך זענען די נדיבי עם קודש, און עסקנים וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פארן נייעם ביהמ"ד, אריבער מקבל זיין ברכת קדשו  ווי די רבי האט יעדער געוונטשן בברכות לרוב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page