ויעקב נסע סוכתה: הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א רעכט אפ באזוכן בסוכות נדיבים בעם לטובת מפעל עונג שבת ויו"ט
- sfbechatzros
- 20 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם חול המועד האט כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אפגעראכטן עטליכע ביקורי הוד אין די סוכות פון לעגענדארע פילאנטראפן ביים חרדי'שן אידנטום וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט סוכות בקרתא דשופריא ירושלים עיה"ק, זייענדיג מעורר די נדיבים בעם צו נעמען א חלק אין די וועלט-בארימטע מפעל צדקה וחסד "עונג שבת ויו"ט".
הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז געווארן באגלייט דורכ'ן בארימטן שר החסד הרב אפרים שטערן שליט"א יו"ר מפעל עונג שבת ויו"ט, וואס פירט יערליך דורך איינע פון די סאמע-גרעסטע קמחא דפסחא חלוקות לכבוד יו"ט פסח, פון וואס טויזנטער משפחות מבני ציון היקרים געניסן, וואס אויסוואקסנדיג אלס ריזן חלוקה אימפעריע מיט א בודזשעט פון מיליאנען דאלארן, ווערט שוין יעצט צוגעגרייט די גרויסע הכנות און עס ווערן אנגעשלאסן די נדיבים בעם צו נעמען א חלק צו קענען צושטאנד ברענגען די חלוקה אדירה.
צוערשט איז הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אנגעקומען צו די נגיד'ישע סוכה פון הנגיד המפורסם ר' ראובן שאראן הי"ן פון פלעטבוש, און פון דארט צו די סוכה פון הנגיד ר' שלום לערנער פון לאנדאן, און דערנאך ביי הנגיד ר' ארי שטערן הי"ו וואו הגה"צ רבי יעקב מאיר האט אפגעראכטן אן אייגנארטיגע מסיבה שמחת בית השואבה און דערביי ערהאלטן די סכומים אדירים פאר'ן מפעל, דערביי אנוואונטשענדיג מברכותיו הטהורות.











תגובות