top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב-45 פרייען זיך מיט בשמחתו הכפולה פון האד' מבאבוב-45 ביי שמחת התנאים פון חתן כלה אייניקלעך פון רבי'ן

  • sfbechatzros
  • 16 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי באבוב-45, האבן אנגעהויבן דאס יאר, מיט די שמחה הגדולה, די טאפעלטע שמחה בחצר הקודש, דער קישור החיתון פון חתן וכלה, ביידע אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב - 45 שליט"א, וואס איז געשלאסן געווארן בשטומ"צ בסימן טוב ובמזל טוב.


דער שידוך איז געשלאסן געווארן צווישן די צוויי זוהן פון רבי'ן שליט"א, הרה"צ שליט"א וואס האט ביי יעדן ארויסגעברענגט רגשי גיל ושמחה, ווען עס איז נכנס לברית האירוסין החתן המופלג הרב נפתלי צבי אונגער שליט"א, וואס טראגט דעם נאמען פונעם גרויסן ראש בית אב כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל, זון פון הרה"צ רבי יחזקאל שליט"א מגי"ש בכתה מכינה לישיבה ד'באבוב - 45, חתן הגה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א, רב דביהמ"ד אברכים סאטמאר-ב"פ, בן הגה"צ אבד"ק זאלישא שליט"א, וחתן הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ.


עב"ג הכלה תחי', אייניקל פון רבי'ן שליט"א, בת לבנו הרה"ג רבי חיים בנציון שליט"א, ר"מ במתיבתא דבאבוב-45, חתן הרה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב.


ס'איז דאס ערשטע מאל בחצר הקודש באבוב - 45, ווען דער רבי שליט"א איז א טאפעלטער זיידע ביי א שידוך בבית משפחתו, און דער שידוך האט ארויסגערופן א חדוה רבה ביים ציבור חסידים פון אומעטום, וואס פרייען זיך מיט בשמחתו הגדולה.


דער שידוך איז געשלאסן געווארן מאנטאג נאכמיטאג עשי"ת, אין שטוב פונעם גרויסן טאפעלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב45 שליט"א. שפעטער ביינאכט, איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת התנאים אויף א באשיידענעם פארנעם, אויפ'ן שטייגער פון שמחה-תקנות פון חצר באבוב-45.


די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד פון כתה מכינה לישיבה, וואו עס האבן זיך משתתף געווען בלויז די קרובי המשפחה, און אנשים חשובים. די רבי שליט"א האט מסדר געווען די תנאים און מכבד געווען די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק זאלישא שליט"א צו ליינען דעם תנאים. 


דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די זיידע פון חתן הגה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א משמיע צו זיין דברי תורה וברכה לכבוד די שמחה, און מ'האט אפגעגעבן דעם טאפלטן ברכת מזל טוב פאר'ן גרויסן זיידן דער רבי שליט"א, און פאר די אנדערע מחותנים און זיידעס שליט"א.  


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page