top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס ערווארטונג אין לאנדאן צום גרויסן מודזיצער חתונה; געהויבענעם באזוך פון האד' ממודזיץ לכבוד השמחה במעונו

  • sfbechatzros
  • 20 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט א רגש נלהב גרייטן זיך חסידים און אוהדים לבית מודזיץ אין עיר הבירה לאנדאן, מקבל פנים צו זיין פני מלכם הוד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכע וועט היינט מופיע זיין בהדרו אין שטאט לרגל די גרויסע שמחה במעונו, די שמחת החתונה פון אן אייניקל.


בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה, נכדו חביבו פונעם רבי'ן, החתן משולם זושא שיף א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן, זון פון הגה"צ אבד"ק סלאטפינא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד תפארת עמרם טשענגער לאנדאן.


חסידי מודזיץ אין לאנדאן קוקן שוין ארויס בכליון עינים צו די ימי שמחה והתעלות, ספעציעל נאכדעם וואס די רבי שליט"א איז שוין נישט געווען אויף א באזוך אין לאנדאן קרוב צו אכט יאהר, זינט יענעם געהויבענעם שבת וואס די רבי האט געפראוועט אין שטאט בשנת תשע"ח, און ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין זכרון ביי יעדן.


מיטן רבי'ן אינאיינעם וועלן קומען צופארן א גרויסע פמליא חסידים פון ארצינו הקדושה מיטצוהאלטן די ימי שמחה והוד בצל הקודש אין לאנדאן הבירה. שטייענדיג אין די ימי בין הזמנים איז ארויסגעדינגען געווארן די בנין פון ישיבת אוהל תורה בנשיאותו פונעם מחותן אבי הכלה, וואו עס וועט דארט זיין צוגעשטעלט אש"ל פאר די אורחים חשובים, אזוי אויך וועלן דארט פארקומען די תפילות בימי החול.


די רבי שליט"א וועט לאנדען אין לאנדאן היינטיגן מאנטאג אווענט, און וועט תיכף צופארן צו די חרדישע סטעמפארד הילל געגענט, וואו די אכסניית כבוד וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אברהם שוגערווייט הי"ן.


מארגן דינסטאג וועט פארקומען די גרויסע שמחת הנישואין בקול צהלה ורינה אין זאל פון יסודי התורה, צומארגנס מיטוואך וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות אין די בית רחל זאל צוגעשטעלט דורך חסידי ואוהדי מודזיץ אין אייראפע און ארץ ישראל, דאנערשטאג וועט פארקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך תלמידי ישיבת אוהל תורה לכבודו פונעם מחותן ראש הישיבה.


די שבת של שמחה - שבת שבע ברכות וועט געפראוועט ווערן אויף א געהויבענעם פארנעם, וואו די רבי וועט אפרעכטן די תפילות און טישן ברוב עם אין די בית רחל זאל, מוצאי שבת וועט פארקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די פעטער מצד הכלה הגה"צ אב"ד טשארטקוב לאנדאן שליט"א וואס איז אויך א מחותן מיט'ן מודזיצער רבי'ן שליט"א. מאנטאג לך לך פארטאגס וועט זיך די רבי שליט"א אומקערן למעון קדשו אין בני ברק.


ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page