האד' ממונקאטש וועט אפפליען קיין לאנדאן צום חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן
- sfbechatzros
- 20 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאס יהדות החרדית אין לאנדאן הבירה גרייט זיך מיט רגשי קודש מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מזקני וגדולי האדמורי"ם בעיר בארא פארק, וועלכע ערווארטעט אויף א בליץ באזוך אין לאנדאן, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זוהן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן, וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין לאנדאן.
דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן צו די שמחה, ווי ער האט פארשפראכן פארן דיין ז"ל בעפאר זיין פריצייטיגע פטירה מיטצוהאלטן אלע שמחות במעונו, דער רבי האט טאקע מקיים געווען זיין צוזאג און איז שוין עטליכע מאל ארויסגעפארן אין די מרחקים צו באשיינען די שמחות אין די משפחה.
אצינד ווען עס ווערט געפראוועט די חתונה פונעם חתן דער יונגסטער קינד ביים דיין זצ"ל, וועט דער רבי שליט"א ווידער ארויספארן קיין לאנדאן צו באשיינען די שמחה, דער רבי וועט לאנדן אין לאנדאן דעם מיטוואך אינדערפרי, ביינאכט וועט דער רבי מסדר קידושין זיין ביי די חתונה און טאנצן מצוה טאנץ. צומארגנס דאנערשטאג ראש חודש וועט דער רבי דאווענען שחרית אין מונקאטשער ביהמ"ד אויף די קעיזנאוו גאס, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת קבלת פנים און מעמד לחיים לכבוד ראש חודש, שפעטער אין טאג וועט זיך די רבי צוריקקערן אהיים קיין ניו יארק.







תגובות