פרייליכע שמחת הפארשפיל פון נכד ראש ישיבת וויזניץ פארגעקומען בצל האד' מוויזניץ אין מושב אורה
- sfbechatzros
- לפני 42 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בביתו נאווה קודש פון מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין די אכסניא אין מושב "אורה" בגלילות ירושלים איז נעכטן מוצאי שבת קודש געפראוועט געווארן די שמחת הפארשפיל לכבוד די חתונה פון אן אייניקל ביי הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, אן אייניקל ביי הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, דער איז א זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, חתן כ"ק אדמו"ר מזידטשוב שיקאגא זצ"ל, די כלה איז אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, די חתונה קומט פאר אין ניו יארק און לכבוד די שמחה איז אפגעהאלטן געווארן דער שמחת הפארשפיל בצילו פונעם גרויסן פעטער וראש המשפחה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
בעפאר די שמחה האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פארן חתן, און דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום פארשפיל בקול רינה ותודה באגלייט מיט כלי זמר. צווישן די לעבעדיגע און ווארימע ניגונים האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן און די בעלי השמחה. צום שלוס האט זיך דער רבי געזעגענט מיטן שוואגער די וויזניצער ראש הישיבה וועלכע לאזט זיך ארויס קיין אמעריקא לכבוד די שמחה.































































