אבד חסיד מן הארץ: נפטר געווארן המשפיע הגאון החסיד רבי מנחם בן ציון גראסמאן זצ"ל
- sfbechatzros
- 16 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 19 באוק׳
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פטירה הגאון החסיד רבי מנחם בן ציון גראסמאן זצ"ל, משפיע רוחני אין די ליובאוויטשער און ברסלובער קרייזן, בנו בכורו פון הגאון הגדול רבי ישראל גראסמאן זצ"ל ראש ישיבת פינסק קארלין, וועלכע איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 80 יאהר נאכן ליידן פון א סטראוק ל"ע.
די חשובע נפטר האט אינאיינעם מיט זיין יונגערע ברודער הגאון המפורסם רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א געגרינדעט די וועלט בארימטע מוסדות "מגדל אור" אין שטאט מגדל העמק, און איז געווען שטארק נערץ ביי אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, ער פלעגט אפט ארומפארן צווישן די שטעט אויפצוטרעטן ביי פארשידענע מעמדים און התוועדויות זייענדיג באקאנט אלס פה מפיק מרגליות.
נאך זיין חתונה מיט זיין חשובע אשת חיל א טאכטער פון הרה"ח ר' ירחמיאל משה קעניג זצ"ל פון ירושלים זון פונעם מקובל הגה"צ רבי אלעזר מרדכי קעניג זצ"ל פון גבעת שאול, האט ער זיך צוגעשטעלט צו די הנהלה גשמית פון ישיבת תומכי תמימים נחלת הר חב"ד, און אין לויף פון די יאהרן איז ער נתקרב געווארן צו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מלויבאוויטש זצ"ל צו וועם ער איז געווען דבוק בכל נימי נפשו.
בעידודו פונעם ליובאוויטשער רבי'ן האט ער זיך באזעצט אין מגדל העמק וואו ער איז געשטאנען לימינו פון זיין ברודער הגאון רבי יצחק דוד שליט"א אינעם מוסד מגדל אור לקירוב רחוקים, און האט לאנגע יאהרן געדינט אלס ראש ישיבה אין די ישיבה וואס איז ספעציעל געווען געווידמעט פאר געוועזענע אידישע ארעסטאנטן זיי אוועקצושטעלן ברוחניות ובגשמיות.
א לענגערע תקופה האט ער אויך געדינט אלס א חבר הנהלה אין מוסדות חסד לאברהם מיסודו פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל, וואו ער האט זיך אפגעגעבן מקרב צו זיין אידישע קינדערליך לאביהם שבשמים.
רבי בן ציון ז"ל איז געווען מקורב צו נאך פילע גדולי ישראל, צווישן אנדערע איז ער געווען פון די באי ביתו ביים באבא סאלי, במיוחד איז ער געווען שטארק מקורב צום הייליגן רימניצער רבי'ן זי"ע, און האט זוכה געווען נפטר צו ווערן אין טאג פון זיין דרייסיגסטע יארצייט.
ספעציעל איז ר' בנציון באקאנט אלס די מחבר פונעם פאפולארע ספר "צנצנת המן" אויף הרה"ק מבעלזא זי"ע, מפרי עמלו, מיט עובדות תורות און הנהגות פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע אהרן קדוש השם.
ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, בנין וחתנין רבנן, אייניקלעך און איר אייניקלעך זרע ברך השם, צווישן זיינע ברידער ציילן זיך יבלחט"א הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א רב פון מגדל העמק, זיין ברודער העסקן הרב יעקב גראסמאן, הרב זלמן גראסמאן און הגה"ח ר' אליעזר גראסמאן ר"מ בישיבת סערט וויזניץ, צווישן זיינע שוואגער'ס ציילט זיך הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה.
די לויה קומט פאר היינט 10:00 אויפדערנאכט אין מגדל העמק וואו ער וועט קומען למנוחת עולמים.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.







תגובות