top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויסעו ויחנו: דעלעגאציע גדולי ישראל ערווארטעט אין לאס אנדזשעלעס און קליוולאנד לטובת "קרן עולם התורה"

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נאכפאלגענדיג א רייע היסטארישע מסעות וואס די גדולי הדור בארץ הקודש האבן אונטערגענומען אין די לעצטע אנדערטהאלבן יאהר, בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבא צו אלע וועלט עקן אריינגערעכנט אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פאריז און אפילו אין די ווייטע מרחקים קיין דרום אמעריקא אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים לטובת די קרן עולם התורה וואס שטעלט צו די נויטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, איז באשטעטיגט געווארן אז די גדולי הדור וועלן ווידעראמאל נעמען דעם וואנדער שטעקן, און זיך ארויסלאזן אויף א פרישע נסיעה צו די מרחקים, דאסמאל קיין לאס אנדזשעלעס און קליוולאנד אהייאו, אין א פרישע מיסיע, צו שאפן די אסטראנאמישע געלטער וועלכע פעלן זיך נאך אויס למען הצלת עולם התורה.


בראש המשלחת וועט ארויספארן מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, אינאיינעם מיט נאך גדולי ראשי הישיבות פון די ליטווישע און ספרדישע קרייזן. די ראש ישיבה וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל קומענדיגן זונטאג נח, דער בליץ באזוך וועט אנהאלטן דריי טעג, ביז מיטוואך נח נאכמיטאג, וואו דער משלחת כבוד וועט אין לויף פון די פאר טעג באזוכן אין די קהילות הקודש אין לאס אנדזשעלעס און קליוולאנד, וואו עס וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע אסיפות און רייכע באנקעטן בבתי נדיבים בעם ותומכי תורה, וועלכע וועלן זיך אנרופן מיט ריזיגע סכומים להחזקת התורה ולומדיה.


די גדולי ישראל וועלן מזכה זיין נדיבי עם קודש, און וועלן זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל איבערלאזנדיג אוצרות חיזוק און טללי תחיה פאר די ארטיגע אידנטום אין די קהילות הקודש.


ree
ree

bottom of page