top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבוא רבבה ירננו בקול: היסטארישער סאטמארער חתונה וועט אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין נעווי יארד"

  • sfbechatzros
  • 20 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

שטייענדיג בלויז זעקס וואכן אפגערוקט פון דער היסטארישער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עלטסטע אייניקל ביי בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די שמחת החתונה וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אין צענטער פון שטאט וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישער "דאגגעל גרינהאוז קאמפלעקס" אינעם ברקולין נעווי יארד, וואס באשטייט פון א מאסיווע גרויסקייט פון איבער פינף-און-צוואנציג טויזנט סקווער-פיס, גענוג גרויס צו אקאמאדירן די טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס וועלן זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה פונעם מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


שוין מיט עטליכע חדשים צוריק זענען די עסקנים ארויס מיט א זוכעניש צו טרעפן א פאסיגן פלאץ אלס אכסניא של שמחה, וואו מ'זאל קענען פייערן דעם גרויסן חתונה מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת. אצינד איז געלונגען פאר די עסקנים צו אפירטרעפן דעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז קאמפלעקס" אינעם ברוקלין נעווי יארד, וואס איז פאסיג געאייגנט אפצורעכטן אזא געהויבענער היסטארישער שמחה.


צווישן די הויפט מעלות פונעם זאל איז די לאקאציע, געפינענדיג זיך אין סאמע צענטער פון אלע היימישע גרעסערע אידישע געגנטער ברחבי ניו יארק און ניו דזשורזי, און ווי אויך פארמאגט עס א רחבות'דיגע פארקינג לאט צו קענען פארקירן די צענדליגער באסעס און הונדערטער אויטאס.


אין די יעצטיגע טעג לייגן די עסקני וועד החתונה אריין איבערמידליכע כוחות אהערצושטעלן דעם שטח לכבוד ולתפארת פאר אזא היסטארישן חתונה, צו קענען פלאצירן איש על מחנהו ואיש על דגלו, אלע תלמידים און חסידים מקרוב ומרחוק.


די חתונה הגדולה קומט פאר דעם קומענדיגן דאנערשטאג וישלח הבעל"ט. עס וועט גיין אונטער די חופה, די כלה איז א טאכטער פון הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א. די חתן איז א תלמיד פון די מתיבתא הק' אין קרית יואל, א זון פון הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דקהל שערי תפילה אין קרית יואל, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע העשיל וואגשאהל שליט"א אבד"ק יאסלא, אור אייניקל פון הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל דזשערזי סיטי.


ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page