top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטארקע דברי חיזוק פון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האד' מגור ביי איבערראשנדע באזוך אין ישיבת גרודנא דעם חוה"מ

  • sfbechatzros
  • 16 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

גאר באדייטענדע און מאכטפולע דברי חיזוק איז געהערט געווארן פון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א דעם פארלאפענעם חול המועד סוכות העעל"ט ביים שמחת בית השואבה אין היכל ישיבת גרודנא, פון די ליטווישע בני תורה קרייזן, תלמידי הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצ"ל.


ביים גרויסארטיגן שמחת בית השואבה אין היכל הישיבה אין אשדוד, בהשתתפות הונדערטער תלמידי הישיבה בראשות דעם ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה שמידע שליט"א, איז אין א איבערראשענדע שריט אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים מעמד הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א, וועלכע האט אינמיטן די פייערדיגע ריקודין לכבוד הרגל, איבערגענומען די מייקראפאון און משמיע געווען גאר שטארקע דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבה וואס דינען ווי א מוסטער פאר אלע אנדערע חרד'ישע אידן איבער גאנץ ארה"ק, ווען זיי שטעלן זיך ארויס פעלזן פעסט מיט א אומבויגזאמע פשרה'לאזע מהלך נישט נאכצוגעבן גארנישט פאר די שלטן הרשע אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס.


אין זיינע ווערטער האט הרה"צ ר' נחמיה שליט"א אויסגעשריגן "אז די חרדישע אידנטום איז שולדיג א שטארקע הכרת הטוב פאר די תלמידיפ פון די גרודנא ישיבה וועלכע טרעטן אויס דעם וועג פאר אנדערע בני תורה אנצוגיין מיט די הייליגע מערכה אקעגן די פינסטערע פלענער פון די ציונים".


הרב נחמי' האט צוגעלייגט, אז מר אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט אויך אנגענומען אט די מהלך אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס, אז מען זאל זיך חלילה נישט מתפשר זיין אפילו אויף א קלייניקייט, צוליב דעם וואס די מיליטער איז א מקום מסוכן פאר א אידיש קינד און עס איז נישט פארהאן קיין שום פשרה וואס זאל קענען אויפטוהן.


באזונדער האט ער שטארק מחזק געווען די תלמידי הישיבה, מיט זייערע נאכאנאנדע פראטעסטן אקעגן די ציוניסטישע מיליטערישע טורמע'ס, אויסצושרייען א זעקה גדולה ומרה אויף די ביטערע גזירה.


ווי פארשטענדליך האט די קלארע און מאכטפולע דיבורים אריינגעבלאזן עמער'ס מיט חיזוק פאר די תלמידי הישיבה, אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש במסירת נפש. נאך זיינע שטארקע חיזוק ווערטער האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ווייטערדיגע לענגערע ריקודין של שמחה לכבוד המאורע אינאיינעם מיט די ראשי הישיבות ובראשם דער אורח הכבוד הרה"צ ר' נחמי' שליט"א.

תגובות


bottom of page