האד' מאלכסנדר ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע פארן ביהמ"ד הגדול והחדש אלכסנדר אין בני ברק
- sfbechatzros
- לפני יום 1
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי אלכסנדר אין אמעריקא פיבערן מיט רגשי התעלות, כי הנה מלכך יבוא לך, זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ''ק האדמו''ר מאלכסנדר שליט''א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך הבעל"ט, ווען דער רבי שליט״א קומט צו פארן פון ארץ ישראל כדי אדורכצופירן א גראנדיעזע אונטערנעמונג לטובת די אויפבוי פונעם בנין ביהמ''ד הגדול אלכסנדר אין בני ברק.
דאס קומט אין צייט וואס מען גרייט זיך שוין אט אט איינצוווארפן די עקזיסטירנדע ביהמ"ד, גרייט צו מאכן דעם באדן פארן נייעם מרכז העולמי.
די נסיעה פון רבי'ן שליט"א — וואס וועט אנהאלטן א פולע וואך — וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן מאנטאג לך לך, ווען דער רבי שליט"א וועט לאנדן על אדמת ניו יארק. דורכאויס דעם באזוך וועלן אפגעהאלטן ווערן עטליכע ענגע באנקעטן פאר די נדיבים וועלכע שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים צו ערמעגליכן פאראויס צו גיין מיט דעם מולטי מיליאן דאללער פראיעקט.
דער קלימאקס און הויכפונקט פונעם באזוך וועט זיין ביים מעמד בית חיינו - ״כינוס חסידי אלכסנדר״, וואס קומט פאר מיטוואך פ' לך אין די פראכטפולע מאלון רעזארט אין ניו דזשערזי, וואו דער רבי וועט משמיע זיין די צענטראלע דרשה פון דעם ביקור הקודש, דברי חיזוק והדרכה פאר די חסידים אין אמעריקא, און אדרעסירן די חובת השעה צו שאפן און אריינברענגען סכומים אדירים צו קענען אויפבויען דעם בנין ווי אמשנעלסטן.
דער ערשטע טעג פונעם באזוך וועט די רבי זיין צוגאסט אין לעיקוואד בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פטרון מוסדות אלכסנדר וועלכער האט גענומען אויף זיך א גרויס טייל פונעם פראיעקט. באזונדער וועט דער רבי וויילן עטליכע טעג אין שטאט בארא פארק בקרב חסידיו.
שבת וועט די רבי פראווענען אויף א פריוואטער פארנעם מיט די מקורבים און געציילטע נגידים וואס וועלן זיך אנשליסן מיט סכומים אדירים פארן ביהמ"ד. מאנטאג פ' וירא וועט זיך די רבי ארויסלאזן אין וועג אהיים קיין ארה"ק.