top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה בחצה"ק באיאן: שמחת החתונה און בר מצווה פון נכדי האד' מבאיאן בני הגה"צ אבד"ק באיאן ארה"ב שליט"א

  • sfbechatzros
  • 19 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

גרויס התרגשות דקדושה נעמט ארום אלפי חסידי באיאן אלוועלטליך, ווען מען גרייט זיך מיט געהויבענע געפילן צו א קייט פון ימי שמחה ואורה בבית המלוכה. שמחה גוררת שמחה, וועט געפראוועט ווערן צוויי שמחות במעונו פון הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב דחסידי באיאן אין אמעריקא בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א  און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.


צום ערשט וועט פארקומען די שמחת הבר מצווה פון זיין זון הבחור כמר יעקב שמשון ני"ו, נאכגעפאלגט מיט די שמחת החתונה פון זיין עלטסטן קינד החתן הרב זושא ברייאר שיחי', עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אהרן אויערבאך שליט"א זוהן פון הגה"צ ר' מרדכי אויערבאך אב"ד אביר יעקב תל אביב און א איידעם ביי הגאון הגדול ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען.


א גרויסער ציבור חסידי באיאן פון איבער גרעיטאר אמעריקא גרייטן זיך ארויסצופארן קיין ארץ הקודש מיטצוהאלטן די חתונה פונעם בן הבכור ביי זייער באליבטן רב ומורה דרך.


היינטיגן זונטאג נח וועט פארקומען די שמחת הנחת תפילין אין קלויז הגדול באיאן אין ירושלים, און נאכן דאווענען וועט געפראוועט ווערן א לחיים טיש לכבוד די שמחה.


דער גרויסער שבת עליה לתורה וועט געפראוועט ווערן שבת קודש ג' חשון בו ביום פונעם גרויסן יומא דהילולא פונעם סבא קדישא דער הייליגע רוזשינער זי"ע, אינעם גרויסן באיאנער קלויז אויף רחוב מלכי ישראל. בעידנא רעווא דרעווין וועט די רבי שליט"א פראווענען דעם טיש לכבוד די הילולא קדישא און לכבוד די שמחה, מוצאי שבת וועט די רבי מאכן הבדלה ברוב עם און דערנאך וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות.


מאנטאג לך לך וועט געפראוועט ווערן די גרויסע חתונה בשמחה ובחדוה, אינעם גרויסן באיאנער קלויז, זייענדיג שוין דער צווייטער חתונה אינעם גרויסן קלויז אין עיה"ק ירושלים, וואס וועט דינען אלס פאסיגער אכסניא פאר דער חתונה בבית המלוכה.


דער מעמד החופה וועט פארקומען ברחובה של עיר פארנט פון קלויז הגדול אויף א ספעציעל אויפגעשטעלטע פלאטפארמע, און די טויזנטער חסידים וועלן זיין צושפרייט אויף די גאסן פון מלכי ישראל גאס אין הטורים.


די עסקני וועד השמחה ארבעטן שוין לענגערע וואכן אויסצוארבעטן די פלענער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור המשתתפים, וועלכע וועלן איבערפולן דעם היכל הקלויז אין אלע אירע פליגלען, די גאלעריען וועלן זיין געווידמעט מיוחד פאר די טויזנטער בחורי חמד.


דינסטאג למחרת השמחה וועט פארקומען די שמחת השבע ברכות מיוחד פאר די הונדערטער געסט פון אמעריקא לכבודו פון די חשובע מחותן דער רב הקהילה אין אמעריקא, און שבת שבע ברכות וועט געפראוועט ווערן בהיכלא דמלכא אינעם גרויסן קלויז, ביי וועלכן דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם טיש בעידן רעווא דרעווין לכבוד די שבת של שמחה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page