שמחת הבר מצווה פון אייניקל ביי האד' מוויזניץ זוהן פון בנו בכורו אבד"ק קרית וויזניץ געפראוועט מיט שמחת בית השואבה
- sfbechatzros
- 16 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם מוצאי שבת חול המועד סוכות ביים שמחת בית השואבה בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק איז אפגעראכטן געווארן א הערליכע שמחה אינעם רבינס הויף, די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הב' הבר מצווה זוהן פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א וואס טראגט שוין דעם נאמען נאכן זיידן הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, משה יהושע בן ר' חיים מאיר.
טויזנטער חסידים האבן מיטגעהאלטן די שמחה, די וויזניצער קאפעליע האט מהנה געווען בשירה וזמרה לכבוד החג, און דער בר מצווה בחור האט געזאגט דאס פשעטיל, וואס איז געווען א פלפול נאה משלוב דרוש ואגדה.
דער שמחה איז געקומען צו א קלימאקס ווען דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט אויף א לעבעדיגע טאנץ מיט זיינע דריי זוהן: הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א, הרה"צ רבי יצחק ישעי' האגער שליט"א און הרה"צ רבי יעקב מרדכי שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, וינועו אמות הסיפים ווען דער גאנצער ביהמ"ד האט מיטגעטאנצן בכל עוז ותעצומות.
צום שלוס פון די שמחה נאכן טאנצן מיטן בר מצוה בחור איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב.
היינט דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בביתו נאווה קודש אין מושב אורה בגלילות ירושלים. עס האבן מיטגעהאלטן די בחורים וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסלאנד אויף די ירח האיתנים.
נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און געטאנצן מיטן בר מצוה בחור.
עס האט נאכגעפאלגט מיטן סעודת מצוה אין שפיץ פונעם בעל שמחה הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א וועלכע האט א לענגערע וויילע פארברענגט מיט די בחורים בשבת אחים גם יחד. נאכן סעודה איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן אויף א נסיעה מיט די בחורים צו די מקומות הקדושים, דער כותל המערבי, מערת המכפלה און קבר רחל אמנו.











































































תגובות