top of page
דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבות קטנה דסאטמאר פון אלע סניפים דורך הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת. די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון ה


ענבי הגפן: שיינער שידוך בבית סקאליע - פשעווארסק וומסב"ג - בריגל
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה וחדוה איז דעם דינסטאג נאכט פארגעקומען די שמחת הלחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה תחי' בת יחידה ביי הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט החתן הרב משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל זוהן פון הרה"צ ר' חיים אלישע טייטלבוים זצ"ל מבריגל און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר. די מסיבת לחיים איז אפגעראכטן


מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי סטריקוב אין בית שמש אין שפיץ פון האד' מסטריקוב
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז אין דער שטאט בית שמש אפגעראכטן געווארן די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אשל אברהם דחסידי סטריקוב אין שכונת קנה בושם אין בית שמש, נדבת משפחת דימינסקי, דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועלכער האט באגלייט די תהלוכת הספר און דערנאך געפראוועט די הקפות אין ביהמ"ד און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג. שפעטער באנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצ


ירושלים של מעלה גרייט זיך צום באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN אין די ברענענדיגע הכנות צום ביקור הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ירושלים עיה"ק, גרייטן זיך פילצאליגע גאונים ותלמידי חכמים, ובפרט די לומדי הכוללים פון "כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס" מיטצוהאלטן דעם לומדישן שיעור וואס דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין אין ביהמ"ד "כתב סופר" פונעם כולל, אויף וואס די חכמי וגאוני ירושלים ובני ישוב הישן קוקן ארויס מיט גרויס התרגשות. אין די לעצטערע טעג זענע


האד' מוויזניץ בית שמש היינט אריבער א לייכטע אפעראציע מיט הצלחה ב"ה
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אריבער א לייכטע און פאראויס געפלאנטער אפעראציע צוליב א בראך פון וואס די רבי האט געליטן די לעצטע תקופה. די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך הויכראנגיגע פראפעסארן אין די אסותא שפיטאל אין תל אביב, און בחסדי שמים הערט מען ב"ה אז אלעס איז אריבער מיט הצלחה. די רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבערנאכט, אונטער די אופזיכט פון די דאקטוירים, און מארגן דאנערשטאג וועט


פרייליכער שמחת נישואין אין קרית יואל פון החתן בן האד' מראחוב מיט הכלה נכדת האד' מבית יצחק ספינקא
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם דאנערשטאג געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין די הויפן פון בית יצחק ספינקא - ראחוב - מאדא, וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, במקהלות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה בקול צהלה ורינה. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ארויס מיט שארפע בריוו קעגן פשרות איבער גיוס
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר א שארפע און דראמאטישע בריוו איז אין די טעג ערשינען פונעם פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אקעגן די יעצטיגע פלענער וואס ליגן אויפן טיש אנבאלאנגט די "חק הגיוס" אין כנסת המינים. דער רב שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א לענגערע און שארפע בריוו וועלכע ערהאלט אין זיך מערערע איינצלהייטן, אין וועלכע ער ברענגט ארויס זיין ווייטאג מעומק הלב אויף פארשידענע פראנטן, והצד השוה שבו זיין שארפע התנגדות אויפן "חק הגיוס" און אוי


שעות של שמחה והתרוממות הנפש ביי שמחת הנישואין בבית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:JDN מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות איז פאריגן מיטוואך געפראוועט געווארן אין מאנסי די געהויבענע שמחת החתונה בבית צדיקים, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי האט געפירט זיין טאכטער הכלה תחי' אונטערן חופה, מיט די חתן א זון פון רבינס פעטער הגה"צ רבי שמואל דוד שניאורסאהן משגיח אין ישיבת טשעבין זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און איידעם פון הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא. די גר


האד' ממאחנובקא בעלזא וועט אפרעכטן ערשטמאליגער שבת מיט נגידים קעגן איבער דעם מקום המקדש
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אויך בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא גרייטן זיך די נגידי החסידות מיטצוהאלטן אן ערשטמאליגער שבת מיטן רבי'ן אין אלטשטאט ירושלים, בעיר עתיקא קדישא, ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי. דער חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א צום מקום המקדש איז ידוע לכל, עס גייט כמעט נישט אריבער קיין וואך צוויי וואס דער רבי זאל נישט פארן צום כותל המערבי, און אין יעדן געלעגנהייט וואס די רבי געפונט זיך אין ירושלים, וועט ער זיך אריבערכאפן צום כו


ראשון לציון הגר"ד יוסף שליט"א באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי אין בוענאס איירעס
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי, זייענדיג צוגאסט אויף א ביקור חיזוק אין די אידישע קהילה און ארגענטינא. דער פרעזידענט וואס איז ברייט באקאנט אלס א אידן ליבהאבער האט אויפגענומען דעם רב ביי א בכבודיגע אויפנאמע אין זיין רעזידענץ אין בוענאס איירעס, וואו עס זענען אויך געווען אנוועזנד הרב יצחק סאקע פרעזידענט פון די צענטראלער מנורה קהילה אין שטאט, און דער מדינת ישראל א


שידוך שליסן פון החתן נכד האד' מדאראג עב"ג הכלה אייניקל פון אבד"ק מאור חיים ירושלים
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פרייטאג ערב שבת איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' אשר ראזענפעלד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב קארלין זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' וועלוויל ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שידראוויצקי שליט"א מסטרעטין, די שמחת הווארט איז פארגעקומען ערב שבת נאכמיטאג אין שטוב


לכו והתפרנסו: ערשטמאליגע "ביזנעס עקספאו" פראקלאמירט דורך ק"ק גור אין ארץ ישראל
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין נאך א גינסטיגע דורכברוך צו הייבן די היימישע עקאנאמיע אין ארץ ישראל, איז פראקלאמירט געווארן דורך ק"ק גור איבער א מאסיווע היימישע "ביזנעס עקספאו" אין ארץ ישראל, וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומעדיגן חודש טבת בהסכמתו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א דורך די גערער קהלה פאר אלע אירע טויזנטער חסידים וואס וועלן דערביי קומען פארשטעלן זייערע ביזנעסער און מקיים זיין דעם "לכו והתפרנסו זה מזה". ווי ברייט באקאנט גייט שוין אן א שיי


האדמור"ים מבאבוב 45 און ראחמיסטריווקא אונטערגענומען קורצן בליץ באזוך קיין שיקאגא לרגל א משפחה שמחה
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יעקב וועלנער דעם דאנערשטאג זענען די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעפלויגן אינאיינעם קיין שיקאגא וואו זיי האבן באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה אין די משפחה בבית הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, בנישואי בתו למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א אבד"ק סערצין. אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען


מעמד התחלת לימוד משניות דורך אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון די סניפי המוסדות אין קרית יואל
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג. נעכטן מאנטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה 'בנין ווידער פאלאטשעק' אין קרית יואל וואו די רבי האט מפאר געוועהן די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון די מוסדות אין קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה א


צענדליגער אדמור"ים רבנים ואישי ציבור ביים חתונה בבית העסקן הרב חיים אהרן קויפמאן הי"ו יו"ר וועד הישיבות
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש צענדליגער אדמור"ים, רבנים וראשי ישיבות ובראשם גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן האבן די וואך מיטגעהאלטן די חתונה אין בני ברק פון החתן בן זקונים פון שולחי דרבנן העסקן הרב חיים אהרן קויפמאן הי"ו יושב ראש וועד הישיבות, מיט די כלה טאכטער פון העסקן הרב יעקב יאקאבאוויטש הי"ו, איידעם פון הגה"צ רבי יצחק ישעי' ווייס גאב"ד נווה אחיעזר. צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויזניץ, סלאנים, מאחנובקא בעלזא, ביאלא ישרי לב, אופאלע, ספינ


דאפלטער שמחה ביי חתונה פון החתן בן זקונים פון האד' מסקווירא מב"פ מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בקול צהלה ורינה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג לך לך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פינחס טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ און איידעם ביי הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א מטריסק. די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון אנשי ספרד, ווי מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא העסקן ר' יונתן שווארץ האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין


רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא אלס השלמה פון ימי הרחמים והרצון העעל''ט
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווען די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אלס השלמה פון די ימי הרחמים והרצון העעל"ט. אין די לעצטערע יאהרן איז איינגעפירט אין בעלזא דער מעמד הכוללות קוויטל


קלארע און אויפריכטיגע דיבורים פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א נאל געווינס פון ערוועלטע ניו יארקע מעיאר "מאמדאני"
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, האט נעכטן אין זיין וועכנטליכע שיעור אויף די ענגלישע שפראך, אדרעסירט מיט קלארע און שטייפע דיבורים ספעציעל פאר די אידן אין ניו יארק, די שטורמישע תקופה מיטן נייעם אריינגעוועלטער מעיאר "מאמדאני", זייענדיג דער ערשטער מוסלעמענער מעיאר אין די ניו יארק'ע היסטאריע. דער גאון שליט"א האט זיך באצויגן כלפי דאס וואס ער האט געהערט נאכזאגן אז חרד'ישע אידן אין ניו יארק זענען א


כיצד מרקדין: גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחה רוממה ביי חתונה אין קראלער הויף
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה ובחדוה האבן זיך חסידים ואנשי מעשה משמח געווען ביים געהויבענעם שמחת נישואין אינעם קראלער הויף, וואס איז אפגעהאלטן געווארן דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש הגדול קראלי אין וויליאמסבורג. בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג, א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ברעזאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה


תלמידי וחסידי מאקאווא אין ניו יארק אין התרגשות'דיגע שטימונג לקבל פני כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי מאקאווא תושבי ניו יארק וועלן בהדרת כבוד ושמחה יתירה זוכה זיין מקבל צו זיין את פני הקודש פון מורם ורבם כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער וועט דעם קומענדיגן וואך פרשת תולדות אנקומען קיין ניו יארק אויף א ביקור מרומם פון משך צען טאג. דער רב שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין אמעריקא דעם מוצאי שבת, ספעציעל אויפצורטייבן שטיצע צווישן נדיבי עם תלמידי וחסידי מאקאווא לטובת די מפעלי תורה וחסד בנשיאותו און צו באשיינען עטליכע שמחו


bottom of page

