top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשון לציון הגר״ד יוסף שליט״א באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי אין בוענאס איירעס

  • sfbechatzros
  • לפני 26 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

היינט נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי, זייענדיג צוגאסט אויף א ביקור חיזוק אין די אידישע קהילה און ארגענטינא.


דער פרעזידענט וואס איז ברייט באקאנט אלס א אידן ליבהאבער האט אויפגענומען דעם רב ביי א בכבודיגע אויפנאמע אין זיין רעזידענץ אין בוענאס איירעס, וואו עס זענען אויך געווען אנוועזנד הרב יצחק סאקע פרעזידענט פון די צענטראלער מנורה קהילה אין שטאט, און דער מדינת ישראל אמבאסאדאר אין ארגענטינא.


דער פרעזידענט האט דערציילט אז ער לערנט שיעורי תורה און ציטירט כסדר פון די תורה אין זיינע רעדעס. דער רב האט שטארק משבח געווען דער פרעזידענט איבער זיין געפיל צום אידישן פאלק און איהם הארציג באדאנקט פארן שטיין צו די האנט פון די ארטיגע אידישע געמיינדע.


ree
ree

bottom of page