top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי וחסידי מאקאווא אין ניו יארק אין התרגשות'דיגע שטימונג לקבל פני כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א

  • sfbechatzros
  • לפני 8 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

תלמידי וחסידי מאקאווא תושבי ניו יארק וועלן בהדרת כבוד ושמחה יתירה זוכה זיין מקבל צו זיין את פני הקודש פון מורם ורבם כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער וועט דעם קומענדיגן וואך פרשת תולדות אנקומען קיין ניו יארק אויף א ביקור מרומם פון משך צען טאג.


דער רב שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין אמעריקא דעם מוצאי שבת, ספעציעל אויפצורטייבן שטיצע צווישן נדיבי עם תלמידי וחסידי מאקאווא לטובת די מפעלי תורה וחסד בנשיאותו און צו באשיינען עטליכע שמחות ביי עטליכע נגידים און קרובי משפחה, וואס קומען פאר די קומענדיגע וואך אין ניו יארק.


דורכאויס די ימי הביקור וועט זיך דער רב שליט"א אויפהאלטן אין שטאט מאנסי אין זיין קביעות'דיגע אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו, און ארומפארן צווישן די שטעט איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערזי, זייענדיג א געלעגנהייט ביים ציבור תלמידים וחסידים תושבי ניו יארק זיך צו ווארעמען לאורו, אריינגיין בקודש פנימה לעצה ולברכה, און מיטלעבן די געהויבענע זמנים בצל קדשו בזמן שהצדיק בעיר.


שב"ק פרשת תולדות וועט דער רב שליט"א אפרעכטן אין שטאט מאנסי, און אפרעכטן די תפילות און טישן בתוך קהל ועדה אויף א גרויסן פארנעם.


אינמיטן די וואך פון פ' ויצא וועט דער רב שליט"א ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין אונגארן, וואו ער וועט כמידי שנה בשנה פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו דער מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע בעצם יומא דהילולא, וואס געפאלט אויס דינסטאג ויצא ה' כסליו. פון אונגארן וועט דער רב שליט"א אהיימפארן למעון קדשו אין ארה"ק.

bottom of page