top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ארויס מיט שארפע בריוו קעגן פשרות איבער גיוס

  • sfbechatzros
  • לפני 22 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

גאר א שארפע און דראמאטישע בריוו איז אין די טעג ערשינען פונעם פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אקעגן די יעצטיגע פלענער וואס ליגן אויפן טיש אנבאלאנגט די "חק הגיוס" אין כנסת המינים.


דער רב שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א לענגערע און שארפע בריוו וועלכע ערהאלט אין זיך מערערע איינצלהייטן, אין וועלכע ער ברענגט ארויס זיין ווייטאג מעומק הלב אויף פארשידענע פראנטן, והצד השוה שבו זיין שארפע התנגדות אויפן "חק הגיוס" און אויף סיי וואס פאר א סארט פשרות בכל צורה ואופן שהוא.


צווישן די ווערטער ברענגט דער רב שליט"א ארויס דער פאקט לא יאומן כי יסופר וויאזוי אין עס איז אין די לעצטערע תקופה אראפגענומען געווארן די מאסקע פון בושה, און מאנכע זענען גרייט צו מיטשטימען אויף א 'חק' וואס באדייט פשרות אויפן חשבון פון כלל ישראל, זיך ארומשפילן מיט נשמות קדושות וטהורות, זייענדיגע גרייט איבערצוגעבן צום צבא השמד טויזנטער בחורים היה לא תהיה.


דער רב שליט"א ברענגט ארויס מיט ווייטאג, אז אין אזא ברענעדיגע תקופה אין וואס מיר שטייען, שרייעט די שכינה הקדושה "קלני מראשי קלני מזרועי", די אלע סארט פלענער מיטן צושטימען צום חק הגיוס איז מעשה עמלק ממש, וויאזוי איז דען מעגליך אז א אידיש קינד אשר עמדו רגליו על הר סיני זאל מסכים זיין צו מוותר זיין אפילו אויף א נפש אחת מישראל, אפגעזען צו ער לערנט יא אין א ישיבה אדער נישט. דער מיליטער איז א מקום שמד ממש, און אויב לייגט מען אריין א אידיש נפש אין דעם צבא השמד רייסט מען אפ א אבר פונעם שכינה הקדושה, א עצם מעצמי פונעם חלק אלוקי ממעל! און עס ליגט א פליכט אויף א יעדעם איינעם לוחם צו זיין בכל חירוף נפשו לעמוד בפרץ באש דת השערה נישט חלילה צולאזן אז אידישע נשמות זאלן חלילה אנקומען אינעם צבא השמד.


די בריוו ענדיגט זיך מיט שטארקע דברי חיזוק און ברכות לרוב פאר אלע וועלכע שטייען פעלזן פעסט בעוז ובגבורה אקעגן די פינסטערע גזירה, און לאזן זיך נישט פארפירן פון די משאת שוא ומדוחים מפשרי פשרות, און עס איז זיכער אז דער אייבערשטער וועט העלפן שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, און מען וועט זוכה זיין בקרוב צום רוח הטומאה אעביר מן הארץ והאלילים כרות יכרתון לתקן עולם במלכות שד-י בביאת משיח צדקינו.


הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ענדיגט צו דעם בריוו מיט די ווערטער בכתב יד קדשו "אוי, אוי, אוי, הקב"ה ירחם", וואס ברענגט ארויס דער צער און עגמת נפש פונעם גאון וצדיק בעת ווען די עתיד פון כלל ישראל ליגט בכף מאזנים.

ree

bottom of page