פרייליכער שמחת נישואין אין קרית יואל פון החתן בן האד' מראחוב מיט הכלה נכדת האד' מבית יצחק ספינקא
- sfbechatzros
- לפני 49 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י.שטיין
אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם דאנערשטאג געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין די הויפן פון בית יצחק ספינקא - ראחוב - מאדא, וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, במקהלות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה בקול צהלה ורינה.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' בערל בעק שליט"א אב"ד מאדא.
ביים מעמד קבלת פנים האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מסדר געווען די כתובה און מ'האט געהערט ווארימע חרוזים פון נכדו הרב נפתלי צבי הורוויץ איבערן גודל הזמן ווען די צדיקים שרפי מעלה קומען אראפ מגן עדן מקדם מיטצוהאלטן די שמחה. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ רבי חיים אלעזר בעק ממאדא, און דער ספינקא רבי שליט"א האט אנגעטוהן פארן חתן די קיטל פון הרה"ק מבעלזא זי"ע.
דאן איז מען געגאנגען צום מעמד החופה, ווי עס איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד מאדא שליט"א, מיט ברכות ראשונות די פעטערס האדמורי"ם מראזלא וויליאמסבורג, שאץ מאנטריאל, מעזיבוז, הרה"צ רבי יצחק מרדכי ראזענבוים אבד"ק ראחוב, און דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים.
קורצליך נאכן חופה זענען די אדמור"ים שליט"א ערשינען אין זאל, ווערנדיג ענטפאנגען ברון שיר ושבח, נאכן זיך וואשן צו די סעודה און דער ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב, די שמחה האט גובר געווען ווען די רבי'ס זענען אראפ אין צענטער פון זאל און זיך ארויסעגלאזט אין געהויבענע ריקודין הייבנדיג דעם ציבור אין א זעלטענע שטימונג בחיות דקדושה.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב באר שבע שליט"א, נאכן בענטשן איז מען צוגעטראטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא הרב נפתלי צבי הורוויץ אייניקל פונעם ספינקא רבי'ן האט אויפגערופן דעם אבי החתן די ראחובער רבי צו די ריקודין קדישין.
דערנאך האט מען אויסגערופן דעם ספינקא רבי'ן מיט פאסיגע דברי חרוזין, די רבי האט געוואנטשן ברכת קדשו מיט א קול געשטיקט פון טרערן, ארויסברענגענדיג די גודל קדושת הזמן, און זיך ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע ריקודין עילאין לפני הכלה פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים. דאן האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טענץ פון די זיידע אב"ד מאדא, און די אבי הכלה. מ'האט געענדיגט די חתונה אין די פריע פארטאג'ס שעות פון ערב שבת קודש.










