ירושלים של מעלה גרייט זיך צום באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"
- sfbechatzros
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN
אין די ברענענדיגע הכנות צום ביקור הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ירושלים עיה"ק, גרייטן זיך פילצאליגע גאונים ותלמידי חכמים, ובפרט די לומדי הכוללים פון "כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס" מיטצוהאלטן דעם לומדישן שיעור וואס דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין אין ביהמ"ד "כתב סופר" פונעם כולל, אויף וואס די חכמי וגאוני ירושלים ובני ישוב הישן קוקן ארויס מיט גרויס התרגשות.
אין די לעצטערע טעג זענען די געטרייע חברי הנהלת כולל שומרי החומות אין אמעריקא ערשינען בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א אין קרית יואל, איבערצוגעבן דעם אפיציעלן הזמנה פון די לומדי הכוללים פון כולל שומרי החומות. א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א זיך פאראינטערעסירט איבער די אנגייענדע פעולות פונעם כולל, און דערביי באשטימט צו באזוכן בין כותלי הכולל, און משמיע צו זיין דברי פלפול ודברי הדרכה פאר די לומדי הכוללים.
אין די נאכפאלגענדע טעג איז באשטימט געווארן אז קומענדיגן דינסטאג תולדות נאכמיטאג וועט דער רבי שליט"א ערשיינען אין ביהמ"ד צעהלים בבנין ביהמ"ד כתב סופר אין די אונגארישע הייזער, וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין מאמרותיו בדברי פלפול בסוגיות הש"ס, מתובל מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדים פון אומעטום.
צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א זענען ערווארטעט א גרויסער צאל אורחים חשובים, תומכים ומחזיקים פון די הייליגע צדקה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים וגבאי קודש וואס וועלן שוין דאן זיין אין ארה"ק, און וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם באזוך פון רבי'ן שליט"א בין כותלי הכולל.
עס איז ברייט באקאנט דעם שטארקן קשר וואס דער רבי שליט"א האט צו די הייליגע צדקה פון "צדקת רבי מאיר בעל הנס" כמסורת בית אבותיו מדור דורים, אנגעהויבן פונעם ראש השושלת הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס האט געדינט אלס "נשיא ארץ ישראל" און שפעטער דור אחר דור ביי די צדיקי בית סיגוט וסאטמאר, און בפרט הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם עול צו דינען אלס "נשיא" פון די הייליגע צדקה.
בדרכיהם איז ווייטער ממשיך בגאון ועוז יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נאך פון די פריערדיגע יארן ווען דער רבי שליט"א האט געדינט אלס "סגן נשיא הכולל", און אזוי כהיום ווען דער רבי שליט"א דינט אלס "חבר נשיאות הכולל" באגלייטנדיג די געטרייע חברי הנהלה פון ניו יארק און פון ארה"ק מיט כסדר'דיגע חיזוק ודברי ברכה להצלחה בכל הענינים.
ביי די פריערדיגע באזוכן וואס דער רבי שליט"א האט אפגעשטאט אין ארה"ק, האט דער רבי שליט"א כסדר באזוכט בין כותלי מוסדות התורה והחסד פון שומרי החומות. באזונדער האט דער רבי שליט"א אלס משמיע געווען מאמרותיו בדברי פלפול, חיזוק והדרכה פאר די לומדי הכוללים, וואס האבן לאנג דערנאך זיך מפלפל געווען בדבריו העמוקים פונעם רבי'ן שליט"א.
אצינד ווען דער רבי שליט"א נעמט אונטער א פרישע נסיעה קיין ארה"ק, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו האט דער רבי שליט"א ווידעראמאל באשטימט מקדיש צו זיין פון די אנגעשטרענגטע צייט צו באזוכן ביי די לומדים ותלמידי חכמים פון כולל שומרי החומות, וועלכע קוקן ארויס מיט שפאנונג מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם באזוך.








