כיצד מרקדין: גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחה רוממה ביי חתונה אין קראלער הויף
- sfbechatzros
- לפני 29 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה ובחדוה האבן זיך חסידים ואנשי מעשה משמח געווען ביים געהויבענעם שמחת נישואין אינעם קראלער הויף, וואס איז אפגעהאלטן געווארן דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש הגדול קראלי אין וויליאמסבורג.
בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג, א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ברעזאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק זאליזשא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' ישכר דוב בעריש מאסקאוויטש שליט"א דומ"ץ זלאטשוב וויליאמסבורג, זון פון כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב וויליאמסבורג שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק תולדות אהרן וויליאמסבורג זצ"ל
די שמחה האט זיך אנגעהויבן שבת קודש פ' לך לך ביים עלייה לתורה, אין קראלער בית המדרש אין וויליאמסבורג, און מוצאי שבת גלייך נאך שלש סעודות איז אפגעהאלטן געווארן דער שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות.
מאנטאג נאכט איז געפראוועט געווארן די חתונה אין קראלער בית המדרש, וועלכער איז אויסגעשטעלט געווארן צו איר מאקסימום צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור. נאך דעם מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען די חופה אויפ'ן גרויסן באדן נעבן דעם בית המדרש, און דערנאך איז דער סעודת החתונה וואס איז געפראוועט געווארן אין זאל פון אימפיריעל, וואו עס זענען פארגעקומען די פרייליכע ריקודין לכבוד שמחת חתן.
דערנאך איז מען אריבער געגאנגען צום בית המדרש, וואו מען האט געבענטשט ברכת המזון און דערנאך מיטגעהאלטן די געהויבענע ריקודין של מצוה פון די גרויסע זיידעס און מחותנים שליט"א.












































































































