top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבות קטנה דסאטמאר פון אלע סניפים דורך הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א

  • sfbechatzros
  • לפני 54 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת.


די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון הגה״צ אבד״ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וועלכער האט אן עינא פקיחא פאר די הצלחה פון יעדע ישיבה באזונדער.


אצינד לרגל התחלת הזמן, זענען זיך צונויפגעקומען די בחורי חמד פון אלע זעקס סניפי הישיבות, די בחורים תלמידי הישיבות אהבת התורה, באר התורה, היכל התורה, חכמת התורה, און נזר התורה.


די תלמידים זענען זיך צונויפגעקומען אין די נאכמיטאג שעות אינעם גרויסן אוידיטאריום פון די סאטמארער מיידל שולע אויף טעפי גאס, וועלכע איז געווען אויסגעשטעלט מיט הונדערטער בענקלעך, צו אקאמאדירן דעם גרויסן מספר פון די הונדערטער תלמידי הישיבות, ובראשם האבן באשיינט די צענדליגער מרביצי תורה רמי״ם ומשגיחים ומנהלים פון אלע ישיבות.


במשך א לענגערע צייט האט דער רב שליט״א משמיע געווען מאמרותיו מיט שטארקע דברי חיזוק והדרכה אויף די פסוקי פרשת השבוע, און מתבל געווען פארשידענע עניני חיזוק והדרכה וואס זענען נוגע פאר די בחורים אין די איצטיגע יארן, וואס איז א יסוד אויפן גאנצן לעבן.


באזונדער האט דער רב שליט״א מחזק געווען די בחורים, צו זיין אנגעשלאסן אין די חבורה קדושת יום טוב, צו לערנען צוזאמען ספרי חסידות, וואס מען לערנט איצט דעם ספה״ק סידורו של שבת, ווי אויך א קביעות׳דיגע מסכתא וואס מען לערנט צוזאמען, וואס דער כח פון די חבורה איז א געוואלדיגער תועלת פאר די בחורי חמד.

bottom of page