top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמור"ים מבאבוב 45 און ראחמיסטריווקא אונטערגענומען קורצן בליץ באזוך קיין שיקאגא לרגל א משפחה שמחה

  • sfbechatzros
  • לפני 7 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יעקב וועלנער

דעם דאנערשטאג זענען די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעפלויגן אינאיינעם קיין שיקאגא וואו זיי האבן באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה אין די משפחה בבית הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, בנישואי בתו למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א אבד"ק סערצין.


אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען די אדמורי"ם אנגעקומען אינעם לופטפעלד ווי מען האט אינאיינעם געדאוונט מנחה און זיך דערנאך ארויסגעלאזט מיטן פריוואטער פליגער לדרכם צליחה קיין שיקאגא, מיט א ענגע צאל מקורבים און משמשים בקודש. בשעת די נסיעה וואס האט געדויערט קרוב צו דריי שעה האבן די רבי'ס פארברענגט איינאיינעם, שמועסנדיג דברי תורה וענייני דיומא און א שלל זכרונות וסיפורי צדיקים.


ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג ארטיגע זייגער זענען די אדמורי"ם ערשינען בשערי העיר, כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איז צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד הנכבד ר' אהרן אוהר הי"ו, און נאך א קורצן אפרוה זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים אינעם זאל עטרת אילה און זיך באגריסט מיט די אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה פון ביידע צדדים.


ביים מעמד החופה איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א מכובד געווארן מיט די ברכות ראשונות, און כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א מיט ברכה אחריתא, נאכן חופה האבן די אדמורי"ם געדאוונט מעריב אינעם זאל.


צווישן די חופה און די חתונה איז אריבערגעקומען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מבאבוב 45 אין די אכסניא הרה"ג ר' מרדכי לעווין שליט"א ראש ישיבת טעלז אין שיקאגא, וועלכע האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון די הצלחה אין די ישיבה, אויך זענען אריין אל הקודש פנימה, די תלמידים פון די שטאטישע ישיבה און דער תלמוד תורה אין שיקאגא.


שפעטער באנאכט זענען די אדמורי"ם ערשינען צום סעודת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, דורכאויס די שמחה איז א גרויסן ציבור תושבי העיר דורך ביי די אדמורי"ם שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב, צווישן זיי איז געווען דער טעלזער ראש ישיבה הגאון רבי שמואל שרגא קעלער שליט"א.


נאכן בענטשן האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, און געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיט אחיו הגה"צ אב"ד ווייטצען שיקאגא שליט''א, און דערנאך איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געטאנצן מצווה טאנץ, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט גיסו הגה"צ אב"ד ווייטצען שיקאגא שליט''א, נאכגעפאלגט מיט א מחול לצדיקים דורך די ברודער און שוואגערס האדמורי"ם והרבנים שליט"א.


תיכף נאך די ריקודין של מצווה האבן זיך די אדמורי"ם ארויסגעלאזט צום לופטפעלד ווי זיי האבן זיך געהויבן אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק, אנקומענדיג אהיים קיין בארא פארק קרוב צו זעקס אזייגער צופרי ערב שבת קודש.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page