top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דאפלטער שמחה ביי חתונה פון החתן בן זקונים פון האד' מסקווירא מב"פ מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בקול צהלה ורינה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג לך לך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פינחס טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ און איידעם ביי הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א מטריסק.


די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון אנשי ספרד, ווי מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא העסקן ר' יונתן שווארץ האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יהודה בעקער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א, א פעטער מצד החתן.


די  מעמד החופה איז פארגעקומען פארנט פון ביתו נאוה קודש פונעם דאפלטן זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל זייענדיג מעורר זכות אבות ביי די שמחה כפולה ומכופלת. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער אבי החתן דער רבי שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ ר' ישראל טווערסקי שליט"א אב"ד טריסק מאנסי, א פעטער מצד הכלה, די ערשטע זעקס ברכות, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים, פעטער פון חתן וכלה, און ברכה אחריתא הרה"צ ר' יצחק דוד האלבערשטאם שליט"א מגארליץ, פעטער מצד החתן.


נאכן חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו לכל העם הנאספים און דערמאנט די יארצייט פונעם זיידן הרה"ק רבי מרדכי מסקווירא זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן בו ביום.


לקול תרועת הזמר איז דער רבי ערשינען צו די סעודת החתונה אין די זאלן פון עטרת גאלדא, ווי דער ציבור איז געטאנצן א לענגערע צייט מיט ניגוני שמחה והודאה. נאכן טאנצן מיטן חתן האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת מצוה און דער ציבור האט זיך געשלענגעלט אין די רייען צו וואונטשן לחיים און 'מזל טוב' פאר'ן רבי'ן. 


דורכאויס די חתונה האבן זיך באטייליגט צענדליגע אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי: האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי, טשערנאביל, ראחמיסטריווקא, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, סקולען, סקולען מאנסי, סקולען וויליאמסבורג, סקאליע, פאלטישאן, ליסקא, היבנוב, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון לעיקוואוד, מאנסי, וויליאמסבורג, לינדען, אוקענוויין און ספרינג וואלי, קאסאני, אמשינאוו, טשערנאוויץ, בלאזוב, זוטשקא מאנסי, בני האדמו"ר מסקווירא און נאך.


כנהוג האט מען אויסגעווארט ביז איינס אזייגער ביינאכט כחצות הלילה מיטן בענטשן. נאך ברכת המזון האט מען זיך געגרייט צו די געהויבענע מצוה טאנץ. צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' יונתן שווארץ הי"ו אויפגערופן די חשובע ברודער הרבנים שליט"א קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ, א באזונדערע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען דער גדול האחים הרב יצחק טווערסקי שליט"א לרפו"ש איז געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיט יעדן פון די ברודער. דערנאך האט מען אויסגערופן די פעטער'ס פון חתן וכלה און דער אבי הכלה, צום קלימאקס איז דער רבי שליט"א צוגעטראטן צו די ריקודין קדישין און איז געטאנצן בהתלהבות עצומה. 


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page