top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לכו והתפרנסו: ערשטמאליגע "ביזנעס עקספאו" פראקלאמירט דורך ק"ק גור אין ארץ ישראל

  • sfbechatzros
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין נאך א גינסטיגע דורכברוך צו הייבן די היימישע עקאנאמיע אין ארץ ישראל, איז פראקלאמירט געווארן דורך ק"ק גור איבער א מאסיווע היימישע "ביזנעס עקספאו" אין ארץ ישראל, וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומעדיגן חודש טבת בהסכמתו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א דורך די גערער קהלה פאר אלע אירע טויזנטער חסידים וואס וועלן דערביי קומען פארשטעלן זייערע ביזנעסער און מקיים זיין דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".


ווי ברייט באקאנט גייט שוין אן א שיינע פאר יאר דער איינפיר פון א "ביזנעס עקספאו" אין אמעריקע, וואס ווערט כסדר אפגעראכטן מיט סוקסעס דורך די גרעסערע קהילות הקודש, און מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק איז פארגעקומען צום ערשטן מאל אן עקספאו אין ארץ ישראל וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך ק"ק בעלזא און האט טאקע געהאט א געוואלדיגן סוקסעס.

אצינד האט חצר הקודש גור, וואס איז דער גרעסטער חסידישע קהילה אין ארץ ישראל פראקלאמירט זייער 'ביזנעס עקספאו', אונטער די נאמען 'עסקים עם גור', ביי וועלכן טויזנטער היימישע ביזנעסלייט וועלן צום ערשטן מאל קומען פארשטעלן זייערע געשעפטן, ואיש את רעהו יעזורו.


די עקספאו וועט פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג וארא, אין די גיגאנטישע פעסטונג פון "בניני האומה", וואס וועט ווערן מוסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט הונדערטער בוטקעס מיט אלע ערליי ביזנעסער פון חסידי גור, און מיט די מאקסימום מעגליכקייט אויפצונעמען די פילע טויזנטער באזוכער פונעם חרדי'שן אידנטום אין ארץ ישראל, וואס וועט האפנטליך ברענגען געוואונטשעהע רעזול טאטן און הייבן די עקאנאמיע ביי אחב"י תושבי ארה"ק.

ree

bottom of page