top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא אלס השלמה פון ימי הרחמים והרצון העעל''ט

  • sfbechatzros
  • 11 בנוב׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווען די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אלס השלמה פון די ימי הרחמים והרצון העעל"ט.


אין די לעצטערע יאהרן איז איינגעפירט אין בעלזא דער מעמד הכוללות קוויטל מיוחד פאר די ילדי החסידות להיזכר לטובה צום נייעם יאהר להיפקד בדבר ישועה ורחמים, היי יאר צוליב דעם מעדיצינישער דורכגאנג ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א דעם חודש אלול, איז נישט ערמעגליכט געווארן אפצוהאלטן דער מעמד אין די ימי הרחמים והסליחות, און דעריבער האט מען אצינד משלים געווען די מעמד נשגב אויף וואס די קינדער האבן ארויסגעקוקט בכליון עינים.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן זיך אנגעהויבן צוזאמצונעמען אינעם גרויסן שטוב, די טויזענטער קינדער פון די עלטערע יארגענג אין די תלמודי תורה פון ירושלים, בני ברק, אשדוד, בית שמש, נוף הגליל, קרית גת אין חיפה. מריחוק מקום האבן מיטגעהאלטן דורך א לייוו הוקאפ די תלמידי התלמוד תורה פון אויסלאנד אריינגערעכנט, ניו יארק, קאנאדע, לאנדאן מאנטשעסטער און אנטווערפען. די טויזנטער קינדער בליעה''ר האבן אנגעהויבן זינגען ניגוני ימים נוראים וואס ווערט געזינגען ראש השנה אינעם בעלזער הויף, און נאך ווארימע און פרייליכע ניגונים.


דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט עטליכע פרקי תהילים מיט א כח הרבים אויסגעבעטן א רפואה שלימה פארן מנהיג העדה דער רב שליט''א שיתחדש כנשר נעוריו אין קענען אנגיין לאנגע געזונטע יאהרן מיט די עבודת הקודש. דאן האבן אויפגעטראטן מיט קורצע דרשות עטליכע מחנכים אין די מוסדות.


דאן איז געקומען דעם מאמענט ווען די רב שליט''א איז ערשינען צום מעמד, מען האט ממשיך געוועהן די ווארימע ניגונים און ספעציעלער גראמען וואס די קינדער האבן זיך פארגעגרייט, בעת די רב האט געליינט די קוויטלעך, אין דאן האבן די צאן קדשים מיט א יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים וואס די רב שליט''א האט משמיע געוועהן אריינבלאזנדיג א קוואל פון חיזוק פאר די טייערע תלמידים, לעלות בסולם העולה בית קל און מסיים געוועהן בברכותיו הטהורות פאר אלע קינדער און זייערע מלמדים.


דערנאך האט די רב אנגעוואונטשן די האניג וואס איז שפעטער פארטיילט געווארן פאר די קינדער דורך די מנהלים, דאן האט מען אנגעהויבן דורכגיין יעדער תלמוד תורה באזונדער, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, צום לעצט זענען דורך די מנהלים און די מלמדים כלי קודש וועלכע האבן באקומען האניג מידיו הקדושות פונעם רב שליט''א אויף א זיס יאהר.


צום שלוס האט מען געדאווענט מעריב אינאיינעם אינעם גרויסן שטוב און דערנאך ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א בשירה ובזמרה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


bottom of page