האד' ממאחנובקא בעלזא וועט אפרעכטן ערשטמאליגער שבת מיט נגידים קעגן איבער דעם מקום המקדש
- sfbechatzros
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אויך בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא גרייטן זיך די נגידי החסידות מיטצוהאלטן אן ערשטמאליגער שבת מיטן רבי'ן אין אלטשטאט ירושלים, בעיר עתיקא קדישא, ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי.
דער חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א צום מקום המקדש איז ידוע לכל, עס גייט כמעט נישט אריבער קיין וואך צוויי וואס דער רבי זאל נישט פארן צום כותל המערבי, און אין יעדן געלעגנהייט וואס די רבי געפונט זיך אין ירושלים, וועט ער זיך אריבערכאפן צום כותל המערבי און שופך שיח זיין אויף דעם הייליגן ארט אשר משם לא זזה שכינה מעולם. אצינד וועט די רבי פראווענען א שבת הארט קעגן איבער דעם מקום המקדש, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי וועט פראווענען א שבת מיט נגידים אין ארץ ישראל אין קרוב צו 40 יאר זינט ער איז ארויף אויפן כסא מלוכה.
די גרויסער שבת מיטן נאמען מקדש מלך וועט פארקומען קומענדיגן שבת פ' תולדות, געווידמעט ספעציעל פאר נדיבים בעם וואס וועלן ארויסהעלפן דעם שווערן עול פון די מוסדות הקדושים דחסידי מאחנובקא בעלזא אין בית שמש, וואס האט זיך שטארק צעוואקסן די לעצטע תקופה בכמות ובאיכות, סיי די קהילה און סיי די מוסדות הקדושים וואס ווערט געפירט אונטער די השפעה פונעם רבינס זוהן הרה"צ רבי יוסף מאיר רוקח אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש.
אויף שבת איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן דער בנין פון מוסדות פורת יוסף נעבן דעם כותל וואו עס וועלן פארקומען די סעודות שבת און שולחנות הטהורות. די גייסטרייכע שעות פון התרוממות הנפש וועט זיך שוין אנהייבן דאנערשטאג פריער מיט א רייע מעמדים אין דעם הייליג ארט, און וועט זיין צוגעשטעלט אויף א גאר רייכע פארנעם ווי עס פאסט פאר די חשובע תומכים. פון אמעריקא וועט ספעציעל קומען צו פארן דער נואם בחסד עליון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א וואס וועט מהנה זיין מיט זיינע פערל רייד במשך דעם גאנצן שבת.
אין די יעצטיגער טעג האט כ"ק אדמו"ר ממאחנבקא בעלזא שליט"א אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב קודש לכבוד די נדיבים בעם חסידים נכבדים, וואו דער רבי ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון שטיצן די מוסדות אין בית שמש, און בפרט ביים יעצטיגן מגבית ווען מ'וועט בעז"ה פראווענען דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות, ביים מקדש מלך עיר מלוכה מיטן ציהל אז די מוסדות זאלן קענען ווייטער פונקציאנירן און בליען לשם ולתפארת.





